שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 256
- רעאקציע ראטע
- 915
- פונקטן
- 113
איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג מיין גאנץ לעבן אבער קיינמאל דאס נישט געהעריג באמערקט, איך פלעג דאס דורכפארן אייביג אבער קיינמאל נישט געטראכט וואס דאס איז, און אז דאס איז אזוי אינטערסאנט, ביז די וואך שבת קודש, נאכמיטאג האבן מיר ברוך השם געהאט צייט צו שפאצירן, מיט די ''בעטטער העלף'', די הייליגער רביצן תליט''א מיינער, אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, ווייל עס איז אויסגעליידיגט, ליידיג פוסט און לער, פון יעדן איינעם, וואס איז געפארן אין קאנטרי, און איך בין געבליבן אליינס דאהי, אין וויליאמסבורג, זיין דער שומר העיר.
קודם, ביי העווימייער קארנער סאוט 4, איז ליידער דא א תינוק שנשבו ציוני טמא, אדער גאר א היימישער אוי.טי.די. שינה ופירשניק, וואס האט א רעסטוראנט, וואס ער רופט דאס אן פשוטו כמשמעו, פרעך און חוצפהדיג, נישט מער און נישט ווייניגער, 'טריפה', מיט א בילד פון א דבר אחר אין א סימבאל פון א הארץ אז זיי האבן דאס ליב רח''ל. איך ווייס נישט צו ער גרויסט זיך מיט דעם נאמען, אז ער נעמט נישט קיין הכשר, ווייל ער שרייבט אנליין אז ער האט אויך כשר'ס... אדער האלט ער זיך קליין, אז די חסידים זאלן נישט טראסטן זיינע כשרות סטאנדארטן. ער שרייבט גראדע אנליין אז ער איז געבוירן אין פיטסבורג. א פיטסבורגער חסיד!... אדער גאר א וויליאסמבורגער ארטיסט, פרייער איד, וואס איז געבוירן דארטן ביי אידישע עלטערן. אידיש, זאגט ער, אז ער קען א גוטער. ער הייסט 'זשעסאן מארקוס' אויפ'ן געוועב. אלענפאלס, איז דאס בשער פתח פון אונזער הייליג וויליאמסבורג, אויף העווימייער קארנער סאוט פיר, ואין פוצה פה ומצפצף, האב איך געזאגט פאר מיין ווייב, אז ''עס דערקענט זיך אז הרה''ח ר' יואלי צימערמאן זצוק''ל, לעבט שוין ליידער נישט צווישן אונז, אוי מה הי' לנו! אוי נא לנו כי חטאנו! - אז אזא געשעפט איז נאך אפען ביי אונז אין וויליאמסבורג קודש... זענען מיר טאקע אויף געהאקטע צרות, ממש א דור המבול; כ'ווייס נישט וואס גייט דא ווייטער זיין, השם ישמרינו...!''
Home - Traif in Brooklyn, NY
*
ווייטער געגאנגען; שפאצירן מיר אראפ אויף העווימייער מיר דרייען זיך איין אויף סאוט פיר צו די זייט פונעם בריק ווי די קארן פארן געווענליך קיין מאנהעטן צו, מיר קומען אן צו די אנדערע זייט ווילי, ארויס און אוועק פון די חסידים, ביי די היספאנישע זייט. אויף די סאוט פיר גאס, דארטן ווי די בייקס און די קארס גייען ארויף אויפ'ן וויליאמסבורג בריק קיין מאנהעטן. ביי אונזער חסידישע בראדוועי קארנער בעדפארד, זייט פון בריק, גייען ארויף די 'פעדעסטריענס' דהיינו די פוס גייער. אבער די זייט גייען מיר נאר ווען מיר פארן אין קארן, מען פארט דארטן דורך זייער שנעל. אבער דאס ערשטער מאל וואס איך בין דארטן צופיסענס, ס'איז דאך שבת גיי איך מיר געמוהטלעך גאר איינגענעם מיט מיין שותף אין לעבן, מיין ווייב זאל געזונט און שטארק זיין עד מאה ועשרים שנה, מיר באטראכטן צוזאמען אלעס און אלעמען ארום אונז מיט א שבתדיגען נאכמיטאג זומערדיגע הייסע ליבליכע ראויגקייט. זעהן מיר דעם סטאטו פון דערווייטענס, עס איז הויך 3 שטאק זיכער. אבער די הייוועי רעמפ פונעם בי.קיו.אי. אריין צום בריק בלאקירט דאס פון זעהן דורך וויליאמסבורג זייט געווענליך אויב קומען מיר נישט אהער.
איך זאג פאר מיין ווייב אז אגאנץ לעבן וואס איך זעה דאס שוין און עס האט זיך קיינמאל נישט געמאכט אז איך זאל צוגיין צו די נאנט פון דעם ווייל איך בין דאך אין א פארענדיגער אויטא צו באס ארויף צום בריק. גייענדיג אדער קיין מאנהעטן אדער קיין מאנסי מאנדרוי וקעטסקיללס. צפון צו קיין אפסטעיט, וואס מ'נעמט פון מאנהעטן אדע די עפ.די.אר. הארלעם ריווער דרייוו, צו דזשי. דאבעליו. בי. בריק, אדער די האלענד ולינקאלן טונעלס.
***
אגב, איצט מיט די קענזשעסטשן פרייסינג איז דארטן געווארן א מדבר שממה. נאר טעסלאס, לעקסוסעס און לינקאלן טאון קארס, קענען זיך ערלויבן די שרעקליכע טייערע קאנזשעטסן טאללס. איך פאר מיט'ן ברוקלין בריק די רעמפ ארויף קיין צפון אויפ'ן עף.די.אר. קאסט נישט קיין קאנזשעסטשען פרייסינג. ווי אויך אויפ'ן וועג צוריק אויב איך האב געדולד צו די טראפיק שפאר איך מיך אויב איך קום אראפ ביז'ן ברוקלין בריק אויפ'ן ארי האלבערשטאם הי''ד רעמפ איז אויך בחינם נישטא קיין קאנזשעסטען פרייסינג דארטן, אבער רוב מאל ווען מ'קומט צוריק פון קאנטרי אדער פון א חתונה אין מאנסי אדער מאנדרוי איז מען שוין אזוי אויסגעמאטערט אז מ'איז מסכים צו צאלן אלע געלטער נאר נישט זיצן אין טראפיק ביז אראפ די ברוקלין בריק. די בארא פארקער אידן לוינט זיך דאס יא. אבער זיי וועלן ענדערשטער צאלן די בעטערי פארק טונעל טאלל אנצוקומען אין בעט שנעלער ווי די ברוקלין בריק...
***
די היסטארישע 'ברוקלין דעילי איגעל' צייטונג, נייעס מעלדונג אויסשניט בילד, קומט פון דא, זייער ארכיוו. עס איז דאן געווען א טעגליכע צייטונג.
אבער צוריק צו די פיס גייער, לאמיר שוין איינמאל פאר אלעמאל ענזשויען אונזערע שטעהט וועגן און שטעגן צופיסנס הנאה האבן דערפון מיט די אויגן אן קיין ווינדאוי וואס רוקט זיך ווי א סמארטפאון ווידיא ווייל די קארן אונטער דיר פייפן...!
דארטן ביים דריי איז דא 2 שטאטישע פארקס, עס איז לכוארה איין גרויסער פארק, אבער ראבליג איז מפסיק צווישן זיי. אויפ'ן זייט נענטער צום פאסט אפיס, איז די ''פלעי-גראונד'' פאר די קינדער, ווי אויך דער ''וואטער פאונטען'' ווי מ'קען טרינקן פרישע וואסער, איך האב דארטן געמאכט א הויכע שהכול, זיך מחי' געווען מיט קאלטע וואסער בחינם. דארטן איז אויך דא די פובליק בית הכיסאס, פון די שטאט, כאטש ס'איז פארשטאפט די שטייענדיגע טוילעט, און עס איז זייער שמוציג, האב איך פארט געמאכט אן אשר יצר! פרעגט מיך נישט וויאזוי, איך בין געווארן א שטיקל אקראבאט לעת הצורך, פארשטאפט די נאז אז דער שטונק זאל מיך נישט דערשטיקן און געהויבן די פוס ווי א קאטשקע אז די שיך זאל זיך נישט פארשמירן. עס וואונען דארטן ליידער זייער אסאך האומלעס דראג ''עדיקטס'' אין די דערנעבנדיגע פארק, אריבער ראבלינג, ווי דער סטאטוע געפינט זיך אנקעגן איבער, די קארן פארן דארטן דורך פון סאוט פיר און ראבלינג, ארויפצוגיין אויפ'ן בריק. פון העווימייער איז דא א רעמפ אינדערויסן פארענט פונעם סטאטו פארק. אבער דורך דעם קליינעם ראבלינג דרייען זיך אסאך קארן פון דעם דריטער ריכטינג, פון הונטערן בריק, דהיינו, פון די זייט פון וואסער ברעג אלע גאסן ווי בעדפארד דריגס ווייהט און קענט.
גייענדיג אריבער דעם קליינעם ראבלינג גאס, צום דעם אנדערן פארק, וואס הייסט 'קאנטינענטל ארמי פלאזא', עפענט זיך א ריזן ליידיגען שטח, פארשטייט זיך, אויפפאסענדיג אויף די איילנדע קארן וואס ווערן שוין אינגאנצן צורידערט זעהנדיג מיך מיט די בריק מיט די סטאפ סיין און טראפיק פון אלע פיר דירעקציעס. געב איך זיי דעם כבוד איך האב צייט בעת איך באטראכט מיט נייגער פון דערווייטענס דעם פרעכטיגן פערד און דער מאן דערויף וואס שטייט אין דעם ריזן ליידיגן שטח ארום גענומען מיט בענק און ביימער. ווייל פון דער נאנעט קען מען דאס נישט געהעריג זעהן דעם שפיץ, ווייל אחוץ וואס די זוהן באקט אייך אין פנים אריין, איז דאס העכער אונזער נאז אין דער הייך, איבער דרייסיג פיס.
דארטן אינעם גרויסן שטח פון די פארק, אויף די בענק ארום גענומען אין אלע זייטן אונטער ביימער, שלאפן זייער אסאך האומלעס מענטשן איבער'ן טאג. עס איז דא א גוטער שאטן פאר זיי ווי א דאך פון א הויז, דורך די שטאטישע פילע איינגעפלאנצטע ביימער, עס הערשט דארטן גאר א שטארקע שטונק אומעטום, ווייל זיי שאויערן זיך נישט קיין סך, אויסגעמישט מיט די גערוך פון אלקאהאל, מיט מאריכאנא. די נידלעך פון די דראגס איינשפרינצונגען צוזאמען מיט אפגענוצטע קאנדאמס, מיט הונדערטע לערע באטלעך משקה, מכל המינים, ליגט דארטן אויסגעשפרייט, אויף דער ערד, מער ווי אין 770 בית חיינו פון דעם קראונהייטסער משיח שקר וואס לעבט נאך ערגעץ ווי אין אן עזה טונעל יחי תיכף ומיד ממ''ש לחיים!... אבער אויך טוריסטן און סתם בייקערס רוען זיך דארטן אפ, פאר זיי פארן ארויף אויפ'ן בריק, מיט זייערע ביציקלעך, אדער ווען זיי קומען צוריק פון מאנהעטן, אראפ פון דארטן.
דער סטאטוע איז געווארן אויסגעשניצט פון שטאהל דורך 'הענרי מארווין שראודי' א קונטסלער וואס האט זיך געלערנט זיין מלאכת מחשבת אין קולאמביע קאלעזש.
ער האט דאס אויסגעארבייט אין א לאקאלע שמיד ווערהאויז אין וויליאמסבורג אויף גרין סטריט,
*
אפשר איז דאס גאר די היינטיגע גרין סטריט דזשים ווי היימישע אינגעלייט גייען מאכן איבונגען, אבער דאס איז אין מזרח וויליאמסבורג, גאר ווייט פונעם בריק, איין גאס בעפאר פלאשינג עוועניו, מער אין בושוויק, יענער איד האט א שמיד אונטער זיין זשים וואס איז אויפ'ן צווייטן שטאק, און די אלע מאשינען ווי די ''באר-בעללס'', ''דאם-בעללס'' און די ביציקלעך, זענען געמאכט פון רעסייקלט אייזן וואס ער קען נישט נוצן מער. ער איז א פרומער היימישער בן ישיבה פון די פייוו טאונס. ער האט אויך א שוויץ דארטן, ווי אונזערע שוויצערס שוויצן זיך דארטן אויס ערב שבת פאר'ן זמן לכבוד שבת קודש... - זיין טאטע און זיידע האבן נאך געהאט די שמיד דארטן פאר זייער לאנג צוריק.
HOME | GreenFitnesStudios
אגב, גרין זשים האט א הנחה דרייסיג פראצענט פאר אלע הצלה מעמבערס ווייל איר בעל הבית איז אויך א היימישער הצלה מעדיק.
*
אבער צוריק צו אונזער סטאטוע, עס איז אינגאנצן פארגרינט ווי די סטאטוע פון 'לעדי אפ ליבעראטי', פון אלטקייט, און אפגענוצטקייט פון די וועטער. ס'געמאכט פון ברעסס, אזא מין שטאל, אויסשניצט.
איך קום נענטער ליין איך דעם קליינעם טאוועל צופיסענס דארטן, ווייל דער מענטש קען איך שוין נישט זעהן פון אזוי נאנעט. זאגט דער שילד אז דאס איז דזשארדזש וואשינגטאן, אינעם טאל וואס האט געהייסן ''פארדזש וואלי'', אויף זיין פערד.
איך קום אהיים מוצאי שבת, האב איך אביסל פרובירט דאס גוגעגעלן אויף מיין סמארט-פאון, אבער איצט זיץ איך ביי מיין דעסקטאפ קאמפיוטער, און אויך האב איך אביסל עקסטרע צייט, דאס אראפצושרייבן פאר אייך, דא אין קרעמל, מיטצוטיילן אין אידיש. פאר די וועלט, דעם גאר אינטערסאנטן היסטארישן סטאטוע, אין מיין ''בעק-יארד'', נעבן מיין הויז, ווי איך בין געבוירן, און וואון נאך, עד היום הזה. און איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז מיר האבן דאס, אפילו איך האב דאס אייביג געזען, אבער אזוי ארבייט דער מענטש, ער באמערקט נישט וואס ער זעהט אזויפיל יארן נאכאנאנד אייביג, עס ווערט טייל פונעם נאטורליכען ארומיגען פאנאראמע, ווי די ביימער און גראזן וכדו', מ'כאפט נישט אז דאס איז עפעס אויסערגעווענליך.
דאס ליגט אויף א צעמענטענעם גאר שטארקן יסוד ווייל עס וועגט גאר שווער.
דאס איז געווען ביי די רעוואלוציע יארן פון אמעריקע קעגן די בריטישע קעניגרייך וואס מיר זענען געווארן זעלבסטשטענדיג. דאן האבן די ''קאנטינעטעל'' כוחות אנגעפירט דורך דזשארדזש וואשינגטאן געליטן גאר שטארק פון הונגער פרעסט און מגיפה צוליב די דאזיגע צוויי אומשטענדן, און די בריטישע כוחות האבן געהאט איינגענומען פילעדעלפיע, האבן זיך די אמעריקאנע כוחות צוריק געצויגן צו א טאהל וואס מ'האט דארטן אויסגעשמידט זאכן דעריבער האט דאס געהייסן ''וואלי פארדזש'', דער טאהל פון אויסשמידן, ווי אויך איז דער פלאץ געווען ווי אן אויסגשמידטער טאהל, דהיינו, עס איז געווען ארום גענומען מיט 2 בערג פון הונטן און פון די זייטן ביז'ן פארענט, אן אפענער שטח, דזשארדזש וואשינגטאן האט דארטן געטראפן א פאסיגער פלאץ צוליב די אויסשטעל פונעם פלאץ טאקע די 2 בערג פון אונטן ארומנעמנדיג רוב פונעם שטח ביז'ן פארענט אן אפענער טויער פון פארויס, זיך צו באזעצן דארטן, אז די בריטישע מיליטער זאל זיי נישט באמערקן, און אפילו אויב יא, איז דאס זייער שווער זיי דארטן צו אטאקירן און אנגרייפן.
דארטן האבן זיי פארבראכט די שווערע ווינטער פון 1777 ווי 12 טויזענט סאלדאטן זענען אפגעשטארבן און טויזענט פינעף הונדערט פערד אויך. ביז זיי האבן זיך צוריק גרופירט און געשטארקט אויפ'ן שונא נאך ווינטער. צוליב דעם וואס זיי האבן זיך גוט טראנירט אין 'וואלי פארדזש' דורכאויס דעם ווינטער על אף וואס זיי זענען אויך געשטארבן ווי די פליגן.
דער סטאטוע האט מנדב געווען קאנגרעסמאן 'זשעימס האויאי', אין 1906 ער איז געווען א לינקער ליבעראלער פאליטישן, ער האט געטוישט דעם סיסטעם אין קינגס קאונטי פאליטיק, ארויסגעטראסקעט דעם געלט גייציגן 'שעריף' פון שטאט, וואס האט איינקאסירט צופיל שטייערן.
און מיט די עודף די איבעריגע געלטער, פונקטלעך פופציג טויזענט דאלער יענע צייט, וואס איז געבליבן אין זיין קאסע האט ער דאס באשטעלט פון א אינגן קונסטלער, און פערציג טויזענט מענטשן האבן זיך פארזאמעלט ביים דאס באנייען ווען מ'האט דאס אוועקגעשטעלט צופיסנס פון וויליאמסבורג בריק.
אינטערסאנט איז, זאגט גוגל'ס עי.איי. סוירטש ענזשין, אז עס איז דא א סאך סטאטוען דורכאויס אמעריקע איבער אונזער העלד דזשארדזש וואשינגטאן, אבער דאס איז דער איינציגסטער ווי ער איז אנגעווייטאגט, נישט זיגבאר ווי אלע אנדערע סטאטוטען. דהיינו ער איז באזארגט אויפ'ן פנים, מחמת די גרויסע פארלוסטן צו זיין ארמיי, פון די פרעסטן און הונגער. קוים וואס ער איז באשיצט פונעם ברוטאלן מציאות וואס מ'זעהט אויף זיין פנים און קוים ארים באדעקטן האלדז, מיט'ן צוריסענעם שמאטענעם מונדיר זיינעם, און זיין פערד מיט'ן אראפגעלאזטן נאז צו דער ערד, אינגאנצן פארציטערט און באטראפעצט, פון גרויס נידערגעשלאגנקייט מחמת דעם קאלטן פרעסטיגן קלימאט!
אבער סוף טוב הכול טוב; ער האט מנצח געווען די בריטישע מאנאריכע, און אונז געגעבן אזא גאלדענע מדינה, ווי אמעריטשקע!
''העפי אינדעפענדס דעי!'' ענדזשויד אייערע זשוליי 4 באר.בי.קיו. גרילס אין די סווימינג פולס אין די קאנטריעס, אדער אויף די ''רופ-דעקס'' העכער אייערע וויליאמסבורגע ארטיסטישע וואלקן-קראצער לוקסוסדיגע געביידעס, אלע מיינע געטרייע טייערע חברים ''פעלאוי'' קרעמעלער!
לעצט רעדאגירט: