צוואנציג יאר נאכדעם: די התנתקות פון גוש קטיף, וויאזוי זעט איר עס היינט?

מלך

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 10, 2024
מעסעדזשעס
504
רעאקציע ראטע
2,012
פונקטן
413
מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אין די זומער תשס"ה 2005 האט די דעמאלטסדיגע פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל אריאל שרון דורכגעפירט די התנתקות, ארום 8,000 תושבים פון גוש קטיף זענען פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער, שולן, ישיבות און גאנצע קהילות חרוב געלייגט.

דעמאלט האט מען געזאגט אז דאס וועט ברענגן שלום און זיכערהייט פאר ארץ ישראל.
היינט זעט מען קלאר אז ס'איז געווארן פונקט פארקערט קיין שלום האט דאס נישט געברענגט, און עזה איז געווארן א ריזן טעראר צענטער מיט פילצאליגע טונעלן, ראקעטן פארכאפונגן, מיט ריזיגע טעראר ארגאניזאציעס וברושם חאמאס, און פאר די טשערי אָן די טאַפּ אקטאבער 7, וואס איז א דירעקט תוצאה פון די התנתקות.

איך פרעזענליך האלט אז דאס איז געווען דיגרעסטע פאליטישע טעות אין די מד"י היסטאריע, איך וועלקאם יעדעם צו געבן זייער אייגענע מיינונגען וואס איר האלט איבער די התנתקות.

איך ראקעמאנדיר צו זען די דאקומענטאציע איבער די התנתקות:
View: https://youtu.be/CUHxjTfPfqg?si=_tCPBnIipFklwEC2
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין די אסלא דיל איז געווען די גרעסטע טעות גאנץ אזרעיל איז א שטיק טעות
1. גוטע וואך און שלום עליכם.
2. תתחדש פאר דיין ערשטער מעסעדש
3. אז @ביבי אליין טענה'ט ס'איז א טעות, ווער זענען אונז צו זאגן אנדערש.
 
איך מיין די אסלא דיל איז געווען די גרעסטע טעות גאנץ אזרעיל איז א שטיק טעות
האסט א פוינט, ווייל די גאנצע התנתקות איז דאך בעצם געקומען דורך די אוסלו אפמאך.
 
איך מיין די אסלא דיל איז געווען די גרעסטע טעות גאנץ אזרעיל איז א שטיק טעות
אוי זאגסטו גוט.

געווענליך א לאנד ווערט געגרינדעט מיט א פאלק וואס איז מחליט צוזאמען צו אויפנעמען א הערשאפט, און זיי גרינדן א לאנד מיט א רעגירונג.

משא"כ מדנ"י איז געבויעט דורך א גרופע מענטשן וואס האבן בלויז געהאט זייער אייגענע מאטיוון וואס זיי האבן געוואלט שטיפן, און האבן דאס ארויפגעשטיפט אויף די באפעלקערונג וואס באשטייט פון צענדליגער גרופעס יעדער האט זיך זיין אייגענע מהלך, ויצא העגל הזה.
 
אפשר פאר דעים ארבעט נישט יידשקייט וועיגן סאיז אויך ארויף געצווינגען
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
3. אז @ביבי אליין טענה'ט ס'איז א טעות, ווער זענען אונז צו זאגן אנדערש
קען נישט זיין ביבי נתניהו - ווייל ער קען נישט קיין אידיש

לכאורה א אנדערע ביבי
 
דעמאלט האט מען געזאגט אז דאס וועט ברענגן שלום און זיכערהייט פאר ארץ ישראל.
דאס איז נישט אינגאנצן אמת, נאר געוויסע האבן זיך אליין געווילט איינרעדן אזוי, אבער די פאקט איז אז מד"י איז אין יענע יארן געווען צוריסן ווי קיינמאל פריער, עס זענען געווען הונדערטער טויזנטער מענטשן וואס האבן געשריגן געפערלעך אז עס גייט זיין א חורבן (אזוי ווי אויסגעשטעלט שפעטער אקטאבער 7) , אפ' אין אריק שרון (די דעמאלטסדיגע פרעמיער מיניסטער) פארטיי (ליכוד) אליין זענען געווען געוויסע וואס האבן נישט געשטימט פאר דעם, און גראדע די ליכוד פארטיי וואס האט עס דעמאלסט דורכגעפירט האט געליטן ביטערע פארלוסטן אין די נאכפאלגענדע וואלען ווען זיי האבן נאר באקומען בלויז 13 בענקלעך.
נאך א פאקט, ווען אריק שרון איז געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער האט ער קאמפיינט מיט א סלאגאן "דין נצרים כדין תל-אביב" וואס נצרים איז געווען א יושב אין גוש קטיף, דאס איז דאך פונקט פארקערט פון וואס ער האט צום סוף געטוהן, עס איז דא א געוואלד אריינגעמישט אין די פרשה.
 
אוי זאגסטו גוט.

געווענליך א לאנד ווערט געגרינדעט מיט א פאלק וואס איז מחליט צוזאמען צו אויפנעמען א הערשאפט, און זיי גרינדן א לאנד מיט א רעגירונג.

משא"כ מדנ"י איז געבויעט דורך א גרופע מענטשן וואס האבן בלויז געהאט זייער אייגענע מאטיוון וואס זיי האבן געוואלט שטיפן, און האבן דאס ארויפגעשטיפט אויף די באפעלקערונג וואס באשטייט פון צענדליגער גרופעס יעדער האט זיך זיין אייגענע מהלך, ויצא העגל הזה.
אזוי איז יעדע פאלק געבויעט דאס אז עס איז דא חילוקי דעות איז נישט די זאך וואס האט גורם געווען די פראבלעם פשוט עס איז דא א עם הדומה לחמור וואס מען קען מיט זיי נישט גיין צום טיש זה הכול
 
פון די אנדערע זייט איז דארט געווען די מערסטע טעראר אטאקעס אסאך מער וואו אין די מערב ברעג מילא די איינוואוינער האבן אויסגעוועלט דארט צו בלייבן אבער אין אפאר יאר זענען דארט כמעט 100 חיילים און שוטרים געהרגט געווארן אין טעראר אטאקעס און זיי זענען געווען געצווינגען צו גיין דארט

ביידע וועגן האט דארט נישט געארבעט מדנ"י האט נישט עכט א מהלך וואס קען ארבעטן ביידע די רעכטע און לינקע שרייען אייביג אז זייער וועג וועט ברענגען מנוחה דערווייל האבן ביידע נישט געארבעט
 
מען וואלט עס געקענט מאכן ווי די מערב ברעג מיט שטייפערע קאנטראל
 
אגב ר' עובדיה יוסף האט כידיע גאר שטארק געשטורעמט קעגן די התנתקות
 
פון די אנדערע זייט איז דארט געווען די מערסטע טעראר אטאקעס אסאך מער וואו אין די מערב ברעג מילא די איינוואוינער האבן אויסגעוועלט דארט צו בלייבן אבער אין אפאר יאר זענען דארט כמעט 100 חיילים און שוטרים געהרגט געווארן אין טעראר אטאקעס און זיי זענען געווען געצווינגען צו גיין דארט

ביידע וועגן האט דארט נישט געארבעט מדנ"י האט נישט עכט א מהלך וואס קען ארבעטן ביידע די רעכטע און לינקע שרייען אייביג אז זייער וועג וועט ברענגען מנוחה דערווייל האבן ביידע נישט געארבעט
פיין אבער געבן פאר טעראר שטח איז זיכער נישט די פיתרון, אפשר וויבאלד ס'שטארבען מענטשן אין ירושלים פון טעראר אטעקס דארף מען זיך ארויסצוציען פון ירושלים און עס איבער געבן פאר די פאליסטינער??? דאס אז מענטשן זענען געשטארבן איז נישט קיין תירוץ ארויסצוווארפן און ארויסצווינגען אייגענע מענטשן מיט טויזענטער סאלדאטן פון זייערע אייגענע הויז. לבי לבי על חלליהם😢
 
וואס דארף די פיתרן צי זאן מיט צי דאגיס פירט מען זיך איוף ווי דאגיס
 
Back
Top