קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 14
- רעאקציע ראטע
- 126
- פונקטן
- 23
שלום טייערע ברידער הגדולים מהחיים!
גלייך ווי מיר האבן אין די ערשטע רונדע אנגעהויבן מיטן אבסטראקט - ווער מיר זענען. וועלן מיר אויך יעצט עפענען מיט אן אבסטראקט.
דאס מאל:
א באוועגונג דארף גיין ארום א מאטא. אין א מאטא קען מען בוגד זיין, זיך פון איר אפקיהלן, אבער צום סוף קומט מען צו אים צוריק ווייל ער איז דער היים. א מאטא קען מען אפטייטשן דער אויף דעם וועג און דער אויף זיין וועג, און לויטן מצב הזמן טוישן אירע פארבן און מעסעדזשעס.
רוף עס ״עקס פאקטור״, רוף עס ״מאטאוואציע״, דאס גיבט אבער דעם טאון, און געוואנדן אין דעם סארט נוקליאוס וואס מען שטעלט אינעם צענטער אזוי איז דער רוח המקום. למשל קאצק האט אומאפעציעל געהאט אויף זייער מאטא - דער וועלט איז נישט ווערד צו געבן אויף איר א קרעכצט.
על פי רוב, אין פילע פעלער, קומט דער מאטא מיטן עסן, דאס הייסט אז לאחר המעשה, ווען מען זעהט זיך מיט א קהילה וואס שטייט, מען קוקט זיך ארום און מען ווינדערט זיך, וואס איז דא אייגענעליך געשעהן די לעצטע פופציג יאר? פארוואס זענען מיר בכלל וואס מיר זענען? און וואס אייגענטליך פארקויפן מיר אויף די גאלעריע צווישן אנדערע? קומען שרייבערס, און צוביסליך שניצט זיך אויס א משנה סדורה פון א מהלך, און א מאטא. טייל פאבריצירן עפעס, טייל קראצן עפעס ארויס, און טייל זענען באמת מצליח צו דערגרייכן דעם נקודות היסוד. ביי א מקום אזויווי קאצק איז גרינגער, ביי אנדערע דארף מען ארבעטן שווערער.
אין די דערמאנטע פעלער איז גרינג אנצוהייבן אן קיין פאראויס פלאנירטער ״נוקליעס״, אדער ווייל עס איז שוין א המשך פון א באשטייענדער מאטא, אדער ווייל דער מיסד פארמאגט כאריזמע, צו ער פירט דעם עולם אין די הימלען, צו אין באד, צו סתם אין סירקלס, אבער עס איז איינער וואס פירט און זיין עקזיסטענץ איז דער מאטא בכבודו ובעצמו. זיין בארד, זיין פנים, זיין קול, זיין הוט, זיין האר.
ביי אונז איז דאס נישטא, דער חיסרון דערפון איז טאקע אז אן א דעם פעלט דער כח המניע, נאר די מעלה איז אז אזוי שפאנען מיר על אדני יסוד, איי וואו איז דער כח המניע? דערפאר גלייבן מיר אז מיר קענען דאס סינטעטיש שאפן, גלייך ווי מען קען סינטעטיש פלאנצן גוטע פרוכט וואס איז נישט געוואקסן ווילד
דארפן מיר דערפאר א מאטא. און מורי ורבותי, מיר זיכן נישט סתם אבי א מאטא אז ס׳זאל זיין, נאר טאקע עפעס וואס טרייבט אונז אהער, און זאל דאס זיין דער מאניק טרייב קראפט. דער מאטא דארף רעפרעזענטירן און ברענגען צום אויסדרוק די יסודות וואס מיר גלייבן, און מיר גלויבן אין עפעס, דערפאר זענען מיר דא, מען דארף נאר מצמצם זיין אט דעם גלויבן וואס ליגט אונז טיף טיף, אים געבן פארעם פון ממשות, און דאס ניצן אלץ אונזער וועג ווייזער, דער מאטא הרשמי.
איז וואס איז דער מאטא, דער אבן הפילוסופים? דא זענען אפציעס כדרכינו:

״וואס איז אונזער מאטא?״

- ״שביל הזהב״ - די קדושה פון שפאנען דעם לעבן אויף א באלאנסירענדער מהלך בכל תחומי החיים, און אלץ באטראכטן און שוקל זיין דורך אט די ברילן. ווייל דאס איז ישר, און נאר אינעם ישר עקזיסטירט לעבן, רעכטץ אין לינקס איז תוהו ובוהו
- ״רוחני וגשמי״ - די קדושה פון האלטן א לעבנסשטייגער וואס איז חצי גשמי חצי רוחני. ווייל דאס איז טייטש היטן אויף דיין צורה בשלימות ווי עס איז דיר געגעבן געווארן.
- ״נתינה וקבלה״ - די קדושה פון זיין אין א שטענדיגער מצב פון נתינה וקבלה, א שטענדיגער שפילן זיך, זיין א שטענדיגער חלק פון עולם המעשה, משא ומתן, יונג צו אלט, אין א מצב פון שטענדיגער פלוס, ווייל דאס איז דער מהות פון דעם הייליגן מושג וואס הייסט לעבן.
- ״מלכות עצמי״ - די קדושה פון א זעלבס מלוכה, מען פירט א לעבנסשטייגער פונקט ווי מען פירט א לאנד, מען געפונט אויס דעם שורש פונעם עצמיות, מען שטעלט דארט א פאן, לויט וואס מען פארפאסט פאסיגע געזונטע פרינציפן לתפארת דעם זעלבס-מלוכה. דעם self determination.האלט מען אין זיך ווי קודש קדשים, און מען גיט קיינעם נישט אירע שליסלען, ווייל דאס איז א מתנת אלוקות דיר געגעבן געווארן.
- דאגה מניין״ - די קדושה פון מאקסימום פראקטישקייט, א בחינה פון בנייה, פיזיש און עמאציאנאל, און נישט חלילה לאזן זיך פאנגען אין געוועב פון דאגה, פון דעם עבר אדער עתיד. דאס איז הורס דער דרך הקדוש וואס ליגט אויף אונז צו שפאנען דעם לעבן מיט א ניכטערער געדאנקנגאנג, גלייך ווי א דרייווער דארף דרייון דעם ראוד ניכטער. א קירץ מינוטיגער חרטה ומרירות איז אקעי, דאס אויך נאר כדי צו טרענירן דאס הארץ צו א בעסערער געזונטערער וועג.
- ״אור השכל״ - די קדושה פון גרייכן דעם אור פון אינטעלעגענציע, און מיט דעם לעבן טרוט און שריט, ווייל דאס איז דער אמת׳ער צלם פון דער מענטש.
- ״חבריא״ - די קדושה פון זיך צו גרופירן, געפונען געמיינזאמע פונקטן, און זיך בויען צוזאמען, פאדערן יעדער יעדנס בעסטע פאטענשנלס אויף א קאנסטראקטיווער וועג. ווייל דאס איז דער תכלית הבריאה, דער יופי וואס קומט ארויס פון געמיינזאמע ארקעסטראציע.
- ״עד קצה היכולת״ - די קדושה פון זיכן און געפונען די אייגענע כשרונות ביז מקסימום, ווייל דער מוח איז געטליך און מען מוז אים פארשן און געבן דעם כבוד הראוי
- ״כבוד החי״ - די קדושה פון דעם חי צו האלטן איר כבוד לויט ווי עס פארדינט זיך א חי וואס שפאצירט ארום דער וועלט. כבוד החי איז קיינמאל נישט מפשר זיין אויף זיין קומה שלימה אפילו קיין קוצו של יו״ד, כאטש וואס למעשה זענען נישט אלע וועגן אייביג אפן, אבער בתודעה טאר מען נישט אויפגעבן אויף דעם צורת החי און אלעס וואס נעמט ארום. און דערויף דארף מען זיך האלטן כל ימיו..
מיר קוקן נישט קיין קאמענטארן דא אויף קרעמל. מיר האבן אן אימעיל וואו איר קענט אדרעסירן מיינונגען און פראגן כלפי דעם פראגראם. יעדער קאנסטראקטיווער מיינונג און הערה נעמען מיר ערנסט, און ווערט פארוואנדלט אדער אלץ א טייל פון א תשובה אדער אלץ א פראגע אינעם קומענדיגע פראגע בויגן. די פראגע בויגן׳ס זענען אונזער פארעם פון זיך באראטן מיטן ציבור, פראפעסיאנאל און ארגאניזירט, צו מאכן זיכער אז יעדער קאנסטראקטיווער דעה קריגט א פלאטפארמע.
לעצט רעדאגירט: