צווייטער שאלה - רעפרענצן לצרכי הכלל והפרט

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
14
רעאקציע ראטע
126
פונקטן
23
די וואכעדיגע שאלה וועט זיין ווייניגער באופן פון קלויבן אפציעס און מער באופן פון בקשה פאר רעיונות, ויקחו לי תרומה. רעיונות וועגן קוועלער און רעפרענסן לצרכי הפרט והכלל וואס קען אונז העלפן האבן א גוטער זאמלונג פון כל מיני גוטע פראגראמען.

אנהייב ווען מיר האבן נישט דירעקטע קאנטאקטן און פראטעקציעס, דארפן מיר לכאורה צילן פאר א קאלעקציע פון שוין עקזיסטירנדע ארגאניזאציעס, אזוי אז מיר זאלן קענען צו׳שדכן׳ען פאסיגע הילף פאר דעם פאסיגן סיטואציע, איידער מיר פארמאגן דעם אייגענעם נעטווארקינג סיסטעם. מיר ווילן זיין מחומש. אויסגעשטאט, מיט א גוטן ארסענאל.

נאר איידער מען פרעגט וועגן א קוועלער און רעפרענצן, לאמיר קודם פרעגן וואס אייגענטליך געברויכן מיר? די ליסטע קען זיין ענדלאז, צרכי עמך מרובים, נאר מיר רעדן פאר אן אנהייב. מיר האבן געקלערט פון דריי פשוט׳ער און יסודות׳דיגע זאכן פאר אן אנהייב: הילף מיטן טרעפן פרנסה פאר די וואס ראנגלען זיך מיטן טרעפן א פאסיגער חיונה; זיווגים פאר די וואס זענען דערווייל אליינס און שטרעבן צו טרעפן א פארטנער כדרך העולם; און פארן כלל, א מקום וואו מען זאל זיך שפירן געשמאק און באקוועם.

דערפאר זאל זיין קלאר, מיר רעדן נישט דא פון בלויז אויבער׳חכמה׳ישע געדאנקען מחוץ לקופסה, פארשטייט זיך דאס אויך, נאר אונזער ציל איז א כרכא דכולא ביה, פונקט ווי ס׳וואלט געווען אין אידיש 24, נאר אין דעם פאל פילן מיר אן אונזער אייגענער שיף פאר אונזערע לייט.

ווי געזאגט צרכי עמך מרובים, איינער דאס איינער יענס, דא געריכטליכע הילף, דא גייסטישע אדער פיזישע הילף, און יעדער סארט הילף שייך, נאר מען קען נישט כאפן, איז first comes first ווי מען זאגט אין אמעריקא.

רופן מיר דא אויס בשער בת רבים, לאמיר בויען אינאיינעם דעם מאגאזין, וואס וועט דינען ווי יוסף׳ס מאגאזינען פאר אונז אלע לשבור בר.

גיסט אריין רעיונות, סיי וויאזוי צו צוגיין צום ענין, און סיי וועלעכע צרכים איר זעהט פאר וויכטיג צו דעקן פאר אן אנהייב, און אז איר האט פאקטישע רעפרענצן וועט דאס אודאי נתקבל ווערן בברכה. האט נישט מורא, מען מעג רעדן פון אלעס, אלעס אלעס וואס איז וויכטיג פאר יעדן מענטשן, אז מען בעט נישט באקומט מען נישט, זאל זיין א שפע. ס׳דא אמאל וואס מ׳איז אין א בחינה פון ולא יכלו לשמוע מקוצר רוח, אבער שטעלט אייך אפ א מינוט און פרעגט אייך, וועלעכער סארט ארגאניזאציע וואלט איך באמת געדארפט מיך צו באלאנצירן?!. וזכות הרבים יגן עליך.

ביטע שיקט צו: [email protected]
 
cleardot.gif
איך ווייס נישט צי איר זענט ערנסט אדער אדער איר זענט אויף געווירצן .
אויב ווילסטו באמת אויפשטעלן א נייע קהילה, דארפסטו אנהייבן מיט ריעליטי, טרעף צען מענטשן אין מוף צי א שטעטל, און/אדער עפען מוסדות, דע אלע רעיונות און פלענער קען מען מאכן נאכדעם.
פון זיין ביזי מיט רעיונות גייט גארנישט געשען.
סאררי פארן דיך אריינברענגען אין ריעליטי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top