זיי דארפן נישט קיין וועק-זייגער???

טובה

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 4, 2024
מעסעדזשעס
271
רעאקציע ראטע
478
יא... פאר ווער ס'ווייסט נישט... סודות פון חדר... מעיקר הדין זענען פרויען פטור פון הערן תקיעת שופר... זיי זענען נישט מחויב דערמיט נישט מדאורייתא און נישט מדרבנן... און דא קומט ארויף די געפרעגטע פראגע: פארוואס??? פארוואס זענען פרויען מעיקר הדין פטור פון שופר??? למעשה די רמז און טעם פון תקיעת שופר, איז אלס "עורו ישנים משנתכם והקיצו נרדמים מתרדמתכם"... אויב דאס איז די סיבה, דאן פארוואס זענען פרויען אנדערש ווי מענער אין דער נקודה???

די מענער שלאפן טיפער ווי די פרויען??? פרויען דארפן נישט קיין וועק-זייגער???

זיי דארפן נישט קיין שופר וואס זאל זיי אויפטרייסלען און ערוועקן פון זייער שלאף צו תשובה טון???

עס איז נישטא קיין ברירה!!! צוליב די ערנסקייט פון די פראגע... האבן מיר נישט קיין אויסוועג נאר ארויסצוגעבן אפאר סודות התורה...

מ'רעדט דא פון זייער א קליינטשיגע טעימה פון סתרי תורה איבער די ענין פון די תקיעות... וואס איז פשוט און קלאר אז ס'איז אונז אוממעגליך ריכטיג אריינצוגיין אין די לענג און די ברייט דערפון... אבער נאר 'לשבר את האוזן'...

איז אזוי: די גאנצע ענין פון די תקיעות איז לויט תורת הנסתר כדי אויפצואוועקן א געוויסער איינער וואס איז פארשלאפן... טראכט ווער??? ווער איז דער איינער וואס איז איינגעשלאפן און מ'דארף אים אויפוועקן???

וועסט נישט גלייבן... מעשה שהיה כך היה: פאר איבער ה'תשפ"ג יאר צוריק איז באשאפן געווארן אדם הראשון... ער האט געקוקט רעכטס און לינקט און נישט געטראפן קיין 'עזר כנגדו'... ער האט געזען ווי יעדער איז זיך מסדר... יעדער בעל חי האט זיך א בן זוג... און נאר ער האט נישט קיין בן זוג... וואס האט דער אויבערשטער געטון??? " וַיַפֵל ה' אלקים תַרְּדֵמָה הָאָדָם וַיִיׁשָן"... און ביי דעם מעמד איז באשאפן געווארן א פרוי!!! יא... די אפאראציע איז געווען אום ראש השנה!!!

נו... די אפאראציע האט זיך געענדיגט... יעצט דארף מען אויפוועקן דעם אפערירטער...

וויאזוי וועקט מען אויף אדם פון שלאף??? נישט מער און נישט ווייניגער מיט א שופר!!!

יא... יעדעס יאר שפילט זיך נאכאמאל איבער גענוי די פראצעדור... פונקט ווי דער אויבערשטער איז מחדש זיין וועלט... אזוי אויך באשאפט דער אויבערשטער דעם מענטש... און דער מענטש דארף א ווייב... אום ראש השנה ווארפט אים דער אויבערשטער אריין אין א שלאף... און בשעת דער מענטש שלאפט כביכול, טוט דער אויבערשטער באשאפן די פרוי... און... און יעצט!!!

נאכדעם וואס די פרוי איז באשאפן געווארן!!! יעצט דארף מען אויפוועקן דער מענטש!!! אויף דעם האבן מיר א שופר!!!

ביז דא פארשטייסטו??? 'זיכער פארשטיי איך'... איז אזוי... וויפיל אלעס ביז יעצט איז אומפארשטענדליך... אבער פארט קען מען לויט דעם גוט פארשטיין פארוואס נאר דער מאן דארף א שופר און נישט די פרוי... ווייל ווער איז איינגעשלאפן??? ווער איז אריבער די אפאראציע??? וועמען האט מען געדארפט פארשלעפערן??? דער מאן!!! אבער די פרוי??? די פרוי איז קיינמאל נישט איינגעשלאפן... דערפאר דארף מען איר אויך נישט אויפוועקן... דאס איז די סיבה פארוואס פרויען זענען מעיקר הדין נישט מחויב אין תקיעת שופר...

און שוין!!! ביז דא זענען מיינע ווערטער!!! איבריג צו זאגן אז דאס זענען זייער טיפע ענינים... אויף יעדער שורה וואס מ'האט דא געזאגט, איז דא גאנצע הויפנס פון אריכות הדברים אין תורת הנסתר, וואס מיר האבן נישט קיין שום אהנונג אין די אמת'ע פנימיות'דיגע באדייט דערפון.

אבער וואס איז אונז נוגע... די אונטערשטע שטאפל אין וואס מיר מעגן זיך אנכאפן און פארשטיין... איז ווי פאלגנד:

ס'איז דא 'מלכות'... און ס'איז דא א 'מלך'!!! וואס איז די אונטערשייד צווישן 'מלכות' און 'מלך'???

די חילוק איז אזוי:

מלכות איז נישט קיין מלך!!! נאר וואס יא??? מלכות איז דער וואס איז ממליך דער מלך!!! צום ביישפיל: א פרוי הייסט מלכות!!! פארוואס הייסט זי מלכות??? ווייל אין א געזונטע שטוב שפירט זיך דער מאן א קעניג... אין וועמענ'ס זכות??? אין זכות פון זיין ווייב וואס איז אים ממליך... זי נעמט אים אויף אלס קעניג!!! זי גייט אריין אין זיין רשות, און געבט איבער אין זיינע הענט די אחריות און אנפירערשאפט פון שטוב... מיט דעם מאכט זי אים א קעניג!!!

נו... און וואס איז זי??? זי איז מלכות!!! ליין: מלכה!

פונקט אויפן זעלבן שטייגער איז אין עבדות ה': וויבאלד אונזער עבודת ה' איז צו ממליך זיין דעם אויבערשטן אויף אונז... דערפאר טיילט זיך איין די המלכה אויף צוויי חלקים: מלך!!! און מלכות!!!

דער מאן שטעלט פאר די תפקיד פון מלך... דעם מאן'ס תפקיד דורכאויס דעם יאר איז איינצופירן דעם רצון ה' אין זיין הויז... זיין פאראנטווארטליך אז די שטוב זאל זיך פירן לויטן ווילן פונעם מלך מלכי המלכים... דער מאן טוט כביכול פארטרעטן דעם אויבערשטן... ער איז דער מלך, וואס זיין פליכט דריקט זיך ארויס מיט דעם וואס ער ברענגט אריין די באפעלן פונעם מלך מלכי המלכים ביי אים אין שטוב, און פאסט אויף אז ס'זאל זיך אזוי פירן... דרך אגב: און וואס געשעט אין טייל אידישע שטובער וואו די רוחניות'דיגע דרגה פון די פרוי שטייט העכער ווי איר מאן... ווער וועט דא זיין דער 'קעניג' וואס וועט פארטרעטן און נעמען אחריות אויפן רצון ה' במשך די יאר??? זעה דערוועגן אין די קלאמערן ביים סוף ...

ביז אהער איז די תפקיד פון דער מאן... א מלך!!! נו... און וואס איז די תפקיד פון די פרוי??? צו זיין מלכות!!! צו ממליך זיין דעם מלך!!! צו מקבל זיין דער מלך – איר מאן!!! זי איז מקבל דעם רצון ה' וואס דער מאן ברענגט איר... זי איז זיך מכניע צןם רצון ה' און נעמט אן זיין ווילן... )דא איז וויכטיג אונטערצושרייכן: נאך אלע מעשיות איז דאס איין הויז... און די אויפגאבעס מישן זיך אויס איינס מיטן אנדערן ביז ס'ווערט איין גרויסע טשאלנט... אבער נאך אלץ האט זיך יעדער זיין ווינקל!!! דער מאן דארף אוועקשטעלן און אהינברענגען דעם ציווי פונעם מלך ביי אים אין שטוב!!! און די פרוי דארף זיין מלכות וואס איז ממליך און איז מקבל דעם ווילן פון קעניג... דער מאן דארף זיך אומקוקן אויף די 'שמירת' שבת אין הויז, און די פרוי דארף זארגן צו 'מקבל' שבת זיין... ס'זאל האבן א צורה פון שבת... אא"וו אא"וו...(.

דא איז וויכטיג זיך אפצושטעלן און אויסקלארן איין זייער וויכטיגע נקודה: דא ליגט א נקודה וואס נישט יעדער טוט אינגאנצן פארשטיין... ממילא דאס אז די פרוי איז מלכות... זי איז ממליך דעם אויבערשטן מיט דעם וואס זי איז אים מקבל... דאס קען איך גרינג פארשטיין... אבער אז דער מאן איז כביכול דער מלך?!? ער איז כביכול א פארטרעטער פונעם אויבערשטן??? וואס באדייט די מאדנע זאצן??? ווער האט אים אויפגענומען צו זיין דעם אויבערשטנ'ס פארטרעטער??? א דאנק וואס איז דער מאן פלוצלונג געווארן דעם אויבערשטנ'ס פארטרעטער??? זייט ווען איז ער באקרוינט געווארן מיט דעם תפקיד???

לאמיר יעצט רעדן 'ברחל בתך הקטנה' און פרעגן די שאלה אויף אזא אופן: דער מאן קומט אהיים און זעט אז עפעס איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן למשל אין צניעות ביי אים אינדערהיים אד"ג... און ער בעט זיין פרוי איידעלערהייט אבער מיט א זיכערקייט אז... אז ס'קען נישט אזוי אנגיין!!! ס'איז אנטקעגן דעם רצון ה'... אנטשולדיגט... מיין טייערער מאן... האסט א פראבלעם דערמיט??? ניין!!! ווער האט א פראבלעם??? דער רבונו של עולם!!! אויב דאס איז דעם רבונו של עולם'ס פראבלעם... דעמאלטס לאז ער... ער זאל זיך ווענדן צו מיר... ער זאל מיר אויפמערקן... דער אויבערשטער איז גענוג גרויס, און אויב ער וויל... האט ער גענוג וועגן וויאזוי זיך צו ווענדן צו מיר פריוואט... אבער דו... פארוואס לייגסטו זיך בכלל אריין אין בילד???

צום באדויער ווערט די שאלה געפרעגט אויף אזא אדער ענליכער אופן... און לכאורה איז עס א פראגע!!!

און וואס איז דער ענטפער???

דער ענטפער איז:

ראש השנה און יום כיפור איז דער אויבערשטער דער 'מלך הקדוש'!!! דער אויבערשטער באווייזט זיך... און ביי די ימים נוראים איז טאקע נאר דער אויבערשטער אין בילד... און יעדער רוקט זיך אין זייט... די רבנים רוקן זיך אין זייט... )אויך די חבר'טעס רוקן זיך אין זייט( די עלטערן רוקן זיך אין זייט... יעדער גייט ארויס פון בילד... און יעדער יחיד שטייט אזויווי ער איז אנטקעגן דעם אויבערשטן...

און אויפאמאל... ס'קומט מוצאי יום כיפור... און פלוצלונג טוישט זיך די גאנצע נוסח... מ'זאגט שוין נישט 'המלך הקדוש'... נאר 'הא-ל הקדוש'... איין מינוט... המלך הקדוש איז 'פארשוואונדן געווארן'??? ניין!!! ער איז נישט פארשוואונדן געווארן... אצינד... די מינוט וואס דער יאר הייבט זיך אן... געבט דער 'מלך הקדוש' איבער די אחריות פון זיין 'מלך' צו דער מאן!!! ער איז יעצט דעם ה'מלך' הקדוש'ס פארטרעטער... דער מאן איז יעצט פאראנטווארטליך אויף דעם קעניג'ס באפעל... דער מאן איז דער וואס דארף אהיינקומען און זען אז אלעס זאל זיך פירן לויטן ווילן פון השי"ת...

ממילא: טייערע פרוי... דו פרעגסט: פארוואס מישט זיך דיין מאן אריין אין דעם אויבערשטנ'ס געשעפטן??? דער אויבערשטער האט עס אים איבערגעגעבן!!! אום מוצאי יום כיפור תשפ"ג האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן זיין קרוין און עס ארויפגעשטעלט אויף דיין מאן'ס קאפ, און אים געזאגט: פון יעצט ביסטו אחראי אויף מיין קעניגרייך!!! איך קער זיך יעצט כביכול צוריק צו זיין דער 'הא-ל הקדוש'... און איך שטעל זיך כביכול אין א זייט... און איך וויל זען ווי דו פארטרעטסט מיר, און פירסט איין דעם רצון המלך אין דיין הויז... דער אויבערשטער ענדיגט און זאגט פאר דיין מאן: כ'וועל צוריקקומען דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ד, און דעמאלטס וועל איך צוריקנעמען דעם קרוין און כ'וועל זיין 'המלך הקדוש'... און דו וועסט זיך רוקן אין זייט... אבער דורכאויס דעם יאר וועסטו זיין דער אחראי... דו וועסט זיין דער וואס באשליסט דא זאכן... דו וועסט דארף קלאפן צוויי מאל אויפן טיש און איינפירן דעם רצון ה' אין שטוב... דערפאר!!! דאס איז די סיבה פארוואס דיין מאן דארף זיך אומקוקן אויף די רוחניות פון זיין הויז... ער איז אין בילד!!! און נאך ווי ער איז אין בילד!!! יעדער טאג וואס מיר זאגן ביים דאווענען 'ה-אל הקדוש' און נישט 'המלך'... דאס הייסט אז דער אויבערשטער געבט איבער די אחריות פון זיין קעניג פאר דיין מאן...

נו... אויב אזוי וואס איז דיין תפקיד??? אויב ער איז קעניג, דעמאלטס וואס בין איך???

איך בין די מלכה, איך בין מלכות!!! איך בין ממליך דעם מלך!!! איך בין ממליך דעם אויבערשטן מיט דעם וואס כ'בין מקבל זיין ווילן, וואס קומט צו מיר דורך מיין מאן...

במשך דעם יאר איז דער מאן בעלעבאס!!! דער מאן פארטרעט דעם קעניג!!!

אויפאמאל... ראש השנה קומט אן... און דער אויבערשטער קומט אן... און יעצט נעמט דער אויבערשטער דעם 'שרביט הזהב' פון די מענער... "ונשגב ה' לבדו ביום ההוא"... און יעצט איז נאר דער אויבערשטער מלך!!! אלע פארטרעטער פונעם מלך און אלע קעניגן גייען יעצט ארויס פון בילד... וואס געשעט יעצט מיט דער מאן??? דער מאן שלאפט איין... וואס באדייט דער איינשלאפן???

זיין תפקיד איז איינגעשלאפן... וויבאלד נאר דער אויבערשטער איז יעצט קעניג... קומט אויס אז דעם מאן'ס פליכט אלס דעם קעניג'ס פארטרעטער איז איינגעשלאפן... און ווער איז די איינציגסטע וואס איז געבליבן וואכעדיג??? די מלכות!!! די פרוי!!!

יעצט... ווען דער אויבערשטער איז מלך... וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער בעט פון אונז??? אים אנצונעמען!!!

דאס טוט שוין די פרוי א גאנצע יאר!!! און היינט איז דעם גרויסן טאג פאר די פרוי!!! ראש השנה איז דער טאג ווען די פרוי טוט פריוואט ממליך זיין דעם מלך!!! ווער איז ממליך משך דעם יאר? ווער האט מקבל געווען דעם קעניג דורכאויס די יאר??? די פרוי!!! דעריבער, אין דעם טאג ווען דער אויבערשטער איז דער איינציגסטער קעניג... און די איינציגסטע זאך וואס איז פארבליבן איז נאר צו מקבל זיין דעם אויבערשטנ'ס מלוכה... ווער איז יעצט דער גרויסער מחותן וואס ווייסט וויאזוי מ'טוט דאס... דאס איז די פרוי!!!

אדרבא... די מענער זענען ראש השנה גאנץ פיין אנגעצויגן... זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס זיי דארפון דעמאלטס טון מיט זיך... און אביסל מיט רעכט... ווייל אין דעם טאג געפינט זיך דער מאן אין א בחינה פון "וַ ּיַ ּפֵ ל ה' אלקים ּתַ רְ ּדֵ מָ ה עַ ל הָ אָ דָ ם וַ ּיִ יׁשָ ן"... די נאטורליכע פלאץ פאר א מאן אין דעם טאג איז צו שלאפן!!! דורכאויס די יאר טוט דער מאן פארטרעטן דער מלך... און יעצט רוקט זיך זיין דעם תפקיד צו די זייט... יעצט שטייט דער מאן אומבאהאלפן נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך... ער איז נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט און ווייסט ווייניגער וויאזוי מ'טוט עס... ער ווייסט וויאזוי פארצוטרעטן דעם מלך, אבער ווייסט ווייניגער וויאזוי אים צו ממליך זיין!!! וואס טוט מען??? פארדעם לויפט דער מאן שנעל אין שול, און דארט לערנט אים די שופר אויס וויאזוי מ'איז אים ממליך... די שופר לאזט אים הערן הונדערט קולות און די געוויינען ווי פון חבלי לידה... יסורים וואס נאר א פרוי איז מסוגל אנצונעמען און אריבערגיין... און זי איז עס מקבל באהבה און איז ממליך דערמיט דעם אויבערשטן!!! און די קול איז מעורר דעם מאן... און ס'לערנט אים אויס א לעקציע אין 'הלכות ממליך זיין'... וויאזוי מ'ארבעט מיט די פרויענ'ס פאך... וויאזוי מ'איז ממליך דעם אויבערשטן!!! וויאזוי מ'איז מקבל 'עול מלכות שמים!!!

די פרוי??? די פרוי דארף הונדערט קולות פון א שופר כדי צו וויסן וויאזוי מ'איז ממליך???

זי דארף נישט קיין שופר... זי טוט עס מיט איר נאטורליכע קול... די שופר מאכט איר נאך... זי איז שוין מקבל דעם רצון ה' דורכאויס דעם גאנצן יאר... א גאנצע יאר מאכט זי שוין 'גנוחי גנח וילולי יליל' )קרעכטצן און זיפצן( אויף אלע שוועריקייטן וואס זי גייט אריבער, און ווייסט עס צו מקבל זיין!!! מקבל זיין דעם רצון ה' מיט ליבשאפט און אים ממליך זיין מיט דעם וואס זי איז אים מקבל אין אלעס וואס ער טוט... און דערפאר: דאס איז די סיבה פארוואס פרויען זענען מדאורייתא פטור פון תקיעת שופר...

ווייל דער "ויפל ה' אלקים תרדימה" איז נאר געווען אויפן מאן... נאר דער מאן דארף זיך אוועקרוקן אין זייט אין דעם טאג, און מ'דארף אים ערוועקן... אבער די פרוי... די מלכה שטייט אויף איר פלאץ...

•••

ביז יעצט האט מען גערעדט פון טיפע זאכן וואס זענען 'אויסגעטון' פון אונז, נאר מיר האבן אנגעכאפט די שטאפל וואס איז די נענסטע צו אונז... און ס'איז וויכטיג דאס צו וויסן...

ווען א אידישע מאמע אנערקענט אז איר אמת'ע עבודת ה' געפינט זיך דא!!! אין שטוב!!!

דא איז זי ממליך דעם אויבערשטן א גאנצע יאר!!! דא איז זי מקבל דעם אויבערשטן... א פרוי האט א טבע צו מקבל זיין... א פרוי איז נאטורליך א כלי וואס איז גרייט צו מקבל זיין עול מלכות... און זי טוט עס אויפן מושלם'דיגסטן פארנעם זיך געפינענדיג אויפן אמת'ן פראנט... אנטקעגן די קינדער... אנטקעגן די פאקטן וואס דער אויבערשטער האט איר אוועקגעשטעלט... אנטקעגן אלע שוועריקייטן און נאכאנאנדיגע מיטמאכענישן וואס א פרוי מאכט מיט, און נאר זי איז אומשטאנד עס אנצונעמען מיט ליבשאפט... און דארט באגעגנט זי זיך מיט עול מלכות שמים... א מאן האט א ניינונג צו ווידערשפעניגן... ער האט א נטיה צו 'אני אמלוך', און דערפאר דארף ער זיך האלטן אין איין בייגן... זיך מכניע זיין יעדעס מאל פון פריש... א מאן מוז אויפשטיין יעדן צופרי און ביינאכט און ליינען קריאת שמע, און ממליך זיין דעם אויבערשטן... אנדערש וועט ער פארגעסן און זאגן: "כוחי ועצם ידי עשה לי את החיל הזה"... אבער א פרוי דארף נישט די אלע דערמאנונגען... א פרוי'ס מהות איז: "שעשני כרצונו", איר רצון איז נאנט צום רצון ה' אין געפינט זיך אין די ממלכה וואו דער אויבערשטער האט איר אוועקגעשטעלט, און דארט, מיט יענע באדינגונגען און פארמעסטן אין וואס דער אויבערשטער האט איר אריינגעלייגט, פון דארט איז זי ממליך און דינט דעם אויבערשטן.

אגב: מ'מוז באטאנען... אין אמת'ן דארף מען איינטיילן צווישן אידישע שטובער וואו דווקא די מאמע שטייט אויף א העכערע רוחניות'דיגע דרגה וואו איר מאן... ווער וועט דא זיין דער 'מלך' וואס וועט פארטרעטן און נעמען פאראנטווארטליכקייט אויפן רצון ה' דורכאויס דעם יאר??? אויב אזוי, אין אזא פאל ווערט די רצון ה' איינגעפירט דורכ'ן זיך אונטערבייגן און אויספאלגן די רבנים, וואס זענען אין קאטעגאריע פון 'מַ אן מלכי רבנן' – ווער הייסט א מלך? די תלמידי חכמים און רבנים... זיי וועלן פארטרעטן דעם רצון ה' אין דעם הויז, אבער נאר וויפיל ס'איז נוגע רצון ה'... ווייל לגבי יעדע אנדערע זאך, דארף די פרוי ממליך זיין דעם אויבערשטן דורכדעם וואס זי נעמט אויף איר מאן אלס מלך, און איז אים מקבל אזויווי ער איז, מיט אלע וואונדערליכע מעלות וואס ער האט, און... און... און אויך וואס מיט זיינע אלע ווייניגער- שטארקע נקודות... אפילו אויב עס איז נישט נאנט צו דאס וואס זי האט באמת ארויסגעקוקט צו האבן... דא איז איר פלאץ צו ממליך זיין דעם אויבערשטן, וועלכער האט ארויפגעלייגט אויף איר איר מאן אלס קעניג, בנוגע יעדע אנדערע נושא, אויסער פארטרעטן דעם רצון ה' אא"וו...

והיא תהלתך
 
1. איז דאס איבערגעשריבן פון א דרשה פון טל של תחיה?
2. דאס איז די צווייטע שנירל צו מחזק זיין פרויען, און אויף ווי ווייט איך ווייס דרייען זיך ניט דא קיין פרויען (unfortunately).
עס שטערט מיר בכלל נישט, איך פרוביר פשוט פארשטיין ווער דיין Target audience איז.
3.
וועסט נישט גלייבן... מעשה שהיה כך היה: פאר איבער ה'תשפ"ג יאר צוריק איז באשאפן געווארן אדם הראשון... ער האט געקוקט רעכטס און לינקט און נישט געטראפן קיין 'עזר כנגדו'... ער האט געזען ווי יעדער איז זיך מסדר... יעדער בעל חי האט זיך א בן זוג... און נאר ער האט נישט קיין בן זוג... וואס האט דער אויבערשטער געטון??? " וַיַפֵל ה' אלקים תַרְּדֵמָה הָאָדָם וַיִיׁשָן"... און ביי דעם מעמד איז באשאפן געווארן א פרוי!!! יא... די אפאראציע איז געווען אום ראש השנה!!!
מיט די ערשטע דריי ווערטער האסטו ממש צוגעטראפן 😜
 
1. איז דאס איבערגעשריבן פון א דרשה פון טל של תחיה?
2. דאס איז די צווייטע שנירל צו מחזק זיין פרויען, און אויף ווי ווייט איך ווייס דרייען זיך ניט דא קיין פרויען (unfortunately).
עס שטערט מיר בכלל נישט, איך פרוביר פשוט פארשטיין ווער דיין Target audience איז.
3.

מיט די ערשטע דריי ווערטער האסטו ממש צוגעטראפן 😜
פארוואס ?? פאר מיר איז עס געווען א בליק אויף מיין שטאנד אלטץ מאן
 
דערפאר!!! דאס איז די סיבה פארוואס דיין מאן דארף זיך אומקוקן אויף די רוחניות פון זיין הויז... ער איז אין בילד!!! און נאך ווי ער איז אין בילד!!! יעדער טאג וואס מיר זאגן ביים דאווענען 'ה-אל הקדוש' און נישט 'המלך'... דאס הייסט אז דער אויבערשטער געבט איבער די אחריות פון זיין קעניג פאר דיין מאן...
מיר קוקט עס אויס ווי אראפגעשריבן פון א דרשה צו פרויען. כ'האב גארנישט פערזענליך דערקעגן.
(פארשטייט זיך איך דיסעגרי מיט די אלטמאדישע טעאריעס אז דער מאן איז עפעס א מלך און ער איז בעלעבאס אין שטוב און נאך זאכן וואס זענען גענומען זייער פונדאמענטאל אין די דרשה, צום ביישפיל די אפעראציע אום ראש השנה.)

Each to their own.
Everyone's opinions are welcome
all love#
 
(פארשטייט זיך איך דיסעגרי מיט די אלטמאדישע טעאריעס אז דער מאן איז עפעס א מלך און ער איז בעלעבאס אין שטוב און נאך זאכן וואס זענען גענומען זייער פונדאמענטאל אין די דרשה, צום ביישפיל די אפעראציע אום ראש השנה.)

גאר נישט א אלטע טעאריע

"Surrendered Wife" by Laura Doyle is a NYT bestselling book that presents a unique approach to marriage and relationships, promoting the idea of surrendering control and allowing one’s partner to take the lead as a means to foster deep emotional intimacy and connection. The book is aimed at women seeking to improve their relationships by encouraging them to embrace vulnerability and trust their partners.

די סורענדעט ווייב WIKI


די סורענדערט ווייב FREE
 
כ'בין מוחה אויפן כבוד פון @טובה ער שרייבט פאר ווער ס'איז אינטרעסירט. (איך פערזענדליך האב הנאה).
ווער ס'נישט אינטרעסירט קען דריקן דעם איגנאריר קנעפל.

@טובה פליז זיי ממשיך!
 
חס ושלום!
איך בין אפשר אויסגעקומען אביסל סארקאסטיש, אבער אוודאי מיין איך נישט צו אראפ קלאפן.

איך האב קלאר געשריבן אז מיר פערזענליך שטערט עס נישט הגם איך מחולק מיט געוויסע הנחות אינעם עצם געדאנק.
 
די בוך איז 25 יאר אלט. (2001)
עס איז שטארק באזירט אויף זשאן גרעי'ס Men are from Mars women are from Venus. (1992)

ביי מיר איז דאס גערופן אלט.

דרך אגב, דאס ווערט פארקויפט אין די היימישע ספרים געשעפטן. (דאכט זיך די איינציגסטע השקפה ספר אין ספרים סטאר דורך א נישט איד. ) איך וואלט עס דערפאר אנגערופן פרעמדע השקפות וואס האט זיך ליידער אריינגעכאפט.
 
Back
Top