זיי מיך מוחל, מיין (Inner) קינד

געווען איז עס אויפן וועג אהיים פון אַן אינטענסיווע סעשן, איך געדענק עס ווי היינט. די נפש איז געווען צושאקלט, זאכן האבן זיך גערירט אינעווייניג, חומות האבן אנגעהויבן צופאלן און טויערן האבן זיך געפנט אביסל און פון צווישן די שפאלטן האב איך אים באמערקט. א קליינע אומגליקליכע באשעפעניש איז געליגן דארט, צוקוועטש פון אונטער א הויפן שטיינער, צוביילט און צובליטיגט און באוועגלאז.

איך בין אדורכגעגאנגען א פארק, אריין און זיך אראפגעזעצט אונטער א בוים און פראבירט פארדייען וואס דא גייט פאר.

נאכן גריבלען אביסל האב איך זיך געטראפן שטיין פנים אל פנים מיט מיין אינער טשיילד, דער קליינע 9-10 יעריגע מארלי.

די זעלבע אויסזען. די זעלבע מענטאלישע נמב, די זעלבע וועג פון טראכטן. כאילו ער איז געליגן אומבארירט דארט פאר צען יאר אינעווייניג מיין זעהל.

ער האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט אבער זיינע תמימות'דיגע אויגן האבן געשריגן שטומערהייט, טיפע שרעק האט זיך אנגעזען אין זיי און איך האב פארשטאנען.

איך האב גערעדט צו אים: "איך בעט דיך איבער מיין קליינע ליבליכע מארלי, איך בין געווען קליין, אומבאהאלפן און פארלוירן. איך האב נישט געקענט טראגן די שווערע געפילן, די עמאציאנאלע ווייטאג. עס איז געווען צו שטארק, צופיל: די שולד, שרעק, אראפגעקלאפטקייט און פרעמדקייט. די חלקים וואס איך האב נישט געגליכן אין דיך, וואס איך האב זיך געשעמט דערמיט. די גייסטישע באשעדיגונגען. איך האב נישט געהאט די כלים דאס צו פארנעמען.

אנשטאט, בין איך געגאנגען מיט די דיפאולט וועג. די דרך הקצרה שהיא ארוכה. איך האב פראבירט דיר אונטערצודריקן, דיר באגראבן, לייקענען, אריינשטופן אין ארכיוו און שפעטער דעליטן איינמאל און נאכאמאל ווי א ווירוס אנגעשטעקע פייל. אויף דיינע חורבות האב איך פראבירט צו בויען א נייע בעסערע ווערסיע. א שטארקע און א מאכטפולע. וואס וועט קיינמאל מער נישט פילן היפלאז און אראפגעקלאפט און נישט לאזן קיינעם אים אראפקלאפן.

אבער דאס איז געווען אן אילוזיע, דו ביסט נישט געגאנגען אין ערגעץ. דו ביסט געליבן דארט אינעווייניג געלעבט און געשטויסן. יעדער מאל דאס לעבן האט געטריגערט די טראומאטישע געפילן האסטו געשריגן פון ווייטאג און אין רעאקציע האב איך נאך מער געדרוקט, צוגעלייגט נאך חומות און דיפענסעס. אזוי אז איך האב זיך געטראפן זיך דרייען רוב פון מיין לעבן ארום דיך, מיינע ענעריגעס און מחשבות געווידמעט אפצוהאלטן דיינע טראומעס און געפילן צוריק ארויפצושווימען"

ער האט געקוקט אויף מיך און ער האט פארשטאנען. א פינק האט זיך אנגעצינדן אין זיינע אויגן.

קוואלן פון עמפאטיע און ליבע האבן זיך געפנט אין מיך און איך האב אים ארומגענומען.

אונז ביידע האבן געוויינט.

א געוויין פון רעליעף, פון פאראייניגונג, פון גאולה. ווי א טאטע וואס טרעפט א פארלוירן קינד, ווי א דעשראקן קינד וואס לויפט אריין אין די באשיצטע ארעמעס פונעם טאטן. צום ערשטן מאל זייט דעמאלט האב איך זיך ערלויבט צוריקצוגיין און זיין דער קליינע מארלי, עקספירענסינג פולערהייט זיינע געפילן או ווייטאגן. דאס איז נישט געווען קין רעגרעסיע נאר א באוויסטזיניגע צוריקקער פון מיין ערוואקסענע חלק וואס איז רייף און קען שוין אקצעפטירן און פראסעסן מיין יונגערע צובראכענע חלק.

ארויסקומענדיג פון די סימביאטישע עקספיריענס האב איך צוגעזאגט אז איך וועל מער זיך נישט אומוויסענדיג מאכן פון אים. פון היינט וועלן מיר פראבירן צו שפאנען צוזאמען האנט ביי האנט און פראבירן דיך צו היילן און עווענטועל אינטערגרעיטן אין איין איינציגע געזונטע נפש.

פאר א לאנגע צייט בין איך נאך געליגן אזוי אויפן גראז אין די טונקעלע נאכט און געבליקט צום הימל. און ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געפילט מער גאנץ ווי איך האב נאר אמאל געפילט.

דאס איז געווען די אנהייב פון די היילונג פראצעס.

איך האב געקווענקלט צו איך זאל דאס מיטייילן קען זיין עס איז צו פערזעניך און קלעבעדיג אבער איך טראכט קען זיין אז מאנכע וועלן זיך אידענצופיטירן דערמיט.
 
לעצט רעדאגירט:
געווען איז עס אויפן וועג אהיים פון אַן אנטענסיווע סעשן, איך געדענק עס ווי היינט. די נפש איז געווען צושאקלט, זאכן האבן זיך גערירט אינעווייניג, חומות האבן אנגעהויבן צופאלן און טויערן האבן זיך געפנט אביסל און פון צווישן די שפאלטן האב איך אים באמערקט. א קליינע אומגליקליכע באשעפעניש איז געליגן דארט, צוקוועטש פון אונטער א הויפן שטיינער, צוביילט און צובליטיגט און באוועגלאז.

איך בין אדורכגעגאנגען א פארק, אריין און זיך אראפגעזעצט אונטער א בוים און פראבירט פארדייען וואס דא גייט פאר.

נאכן גריבלען אביסל האב איך זיך געטראפן שטיין פנים אל פנים מיט מיין אינער טשיילד, דער קליינע 9-10 יעריגע מארלי.

די זעלבע אויסזען. די זעלבע מענטאלישע נמב, די זעלבע וועג פון טראכטן. כאילו ער איז געליגן אומבארירט דארט פאר צען יאר אינעווייניג מיין זעהל.

ער האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט אבער זיינע תמימות'דיגע אויגן האבן געשריגן שטומערהייט, טיפע שרעק האט זיך אנגעזען אין זיי און איך האב פארשטאנען.

איך האב גערעדט צו אים: "איך בעט דיך איבער מיין קליינע ליבליכע מארלי, איך בין געווען קליין, אומבאהאלפן און פארלוירן. איך האב נישט געקענט טראגן די שווערע געפילן, די עמאציאנאלע ווייטאג. עס איז געווען צו שטארק, צופיל: די שולד, שרעק, אראפגעקלאפטקייט און פרעמדקייט. די חלקים וואס איך האב נישט געגליכן אין דיך, וואס איך האב זיך געשעמט דערמיט. די גייסטישע באשעדיגונגען. איך האב נישט געהאט די כלים דאס צו פארנעמען.

אנשטאט, בין איך געגאנגען מיט די דיפאולט וועג. די דרך הקצרה שהיא ארוכה. איך האב פראבירט דיר אונטערצודריקן, דיר באגראבן, לייקענען, אריינשטופן אין ארכיוו און שפעטער דעליטן איינמאל און נאכאמאל ווי א ווירוס אנגעשטעקע פייל. אויף דיינע חורבות האב איך פראבירט צו בויען א נייע בעסערע ווערסיע. א שטארקע און א מאכטפולע. וואס וועט קיינמאל מער נישט פילן היפלאז און אראפגעקלאפט און נישט לאזן קיינעם אים

אבער דאס איז געווען אן אילוזיע, דו ביסט נישט געגאנגען אין ערגעץ. דו ביסט געליבן דארט אינעווייניג געלעבט און געשטויסן. יעדער מאל דאס לעבן האט געטריגערט די טראומאטישע געפילן האסטו געשריגן פון ווייטאג און אין רעאקציע האב איך נאך מער געדרוקט, צוגעלייגט נאך חומות און דיפענסעס. אזוי אז איך האב זיך געטראפן זיך דרייען רוב פון מיין לעבן ארום דיך, מיינע ענעריגעס און מחשבות געווידמעט אפצוהאלטן דיינע טראומעס און געפילן צוריק ארויפצושווימען"

ער האט געקוקט אויף מיך און ער האט פארשטאנען. א פינק האט זיך אנגעצינדן אין זיינע אויגן.

.קוואלן פון עמפאטיע און ליבע האבן זיך געפנט אין מיך און איך האב אים ארומגענומען.

אונז ביידע האבן געוויינט.

א געוויין פון רעליעף, פון בענשאפט, פון גאולה. ווי א טאטע וואס טרעפט א פארלוירן קינד, ווי א דעשראקן קינד וואס לויפט אריין אין די באשיצטע ארעמעס פונעם טאטן. צום ערשטן מאל זייט דעמאלט האב איך זיך ערלויבט צוריקצוגיין און זיין דער קליינע מארלי, עקספירענסינג פולערהייט זיינע געפילן או ווייטאגן. דאס איז נישט געווען קין רעגרעסיע נאר א באוויסטזיניגע צוריקקער פון מיין ערוואקסענע חלק וואס איז רייף און קען שוין אקצעפטירן און פראסעסן מיין יונגערע צובראכענע חלק.

ארויסקומענדיג פון די סימביאטישע עקספיריענס האב איך צוגעזאגט אז איך וועל מער זיך נישט אומוויסענדיג מאכן פון אים. פון היינט וועלן מיר פראבירן צו שפאנען צוזאמען האנט ביי האנט און פראבירן דיך צו היילן און עווענטועל אינטערגרעיטן אין איין איינציגע געזונטע נפש.

פאר א לאנגע צייט בין איך נאך געליגן אזוי אויפן גראז אין די טונקעלע נאכט און געבליקט צום הימל. און ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געפילט מער גאנץ ווי איך האב נאר אמאל געפילט.

דאס איז געווען די אנהייב פון די היילונג פראצעס.

איך האב געקווענקלט צו איך זאל דאס מיטייילן קען זיין עס איז צו פערזעניך און קלעבעדיג אבער איך טראכט קען זיין אז מאנכע וועלן זיך אידענצופיטירן דערמיט.
א ריזיגן דאנק פאר די מתנה פון מיטטיילן מיט אונז אזא sacred שטיקל פון דיין לעבן. ס׳איז דברים היוצאים מן הלב וואס נכנסים על הלב.

אינטרעסאנט די השגחה פרטית אז פונקט דעם מוצש״ק האב איך געפלאנט צו שרייבן עפעס אן אינטרעסאנטע רילייזעישן וואס ס׳איז מיר נתגלה געווארן לעצטנס וועגן מיין אינערליכע קינד.

דו האסט מיר געגעבן חיזוק to buckle down & טאקע זיך נעמען שריייבן דעם שטיקל, נאר דערווייל וועל איך מיטטיילן א ליד וואס האט מיר געוואלדיג געהאלפן אין מיין רפואת הנפש רייזע. אפשר וועט דאס העלפן נאך איינעם.

די וויכטיגסטע ווערטער פונ׳ם ליד פאר מיר:
איך וועל זיין ווייכהארציג מיט זיך אליין
און איך וועל זיך האלטן אזוי gentle ווי מ׳האלט א ניי געבוירן קינד
און (אנשטאט זיך צו איילן ״פטור״ צו ווערן און שוין ״אויסוואקסן״ אלע ״פראבלעמאטישע״ נטיות און coping skills זאגט זי: )
איך וועל נאר גיין מיט די זעלבע גיכקייט ווי די שטאַטסטע חלק פון מיר פילט זיך באשיצט צו גיין!

(I will only go as fast, as the slowest part in me feels safe to go)

View: https://youtu.be/uZTRWQV36BQ?si=jHg0pkNS2v43DMlC
 
הארציגן דאנק פארן מיטטיילן, מ'פילט מיט ווייל אונז אלע האבן דעם קליינער תמימיתדיגער @מארלי

שכח פארן דערמאנען אז מ'באגראבט אים מער נישט, מ'נעמט אים מיט!!!

דער זיך איז זיס ווען מ'האט אים ליב אינגאנצן.
שנה טובה ומתוקה לכל ישראל אמן 🍯
❤️❤️❤️
 
זייער שטארק @מארלי !
ליידער קען איך זיך נאכנישט אידנטיפיצירן דערמיט, ווייל מיט מיין קליינע האניג'ל האב איך זיך נאכנישט געטראפן 😥
דיין שפראך האט אבער גערעדט צו אים, און מיר ביידע האבן פאר א סקונדע זיך באגעגנט אין געבליקט איינער אויפ'ן אנדערן פונדערווייטנס מיט אן אומגעהויערע בענקשאפט.

ווען וועלן מיר זיך שוין טרעפן, ווען?
 
איך האב טאקע געוואלט שרייבן וואסערע גוטע לעוועל מארלי איז לא די וואס ער האט זיך שוין געטראפן מיט זיין אינער טשיילד , קען ער שוין בעטן מחילה אויך פון עים .
 
Back
Top