די וועלט זאגט אז א שירם קען איינעם אפהיטן פון נאס ווערן, אבער נישט ארויסגיין בכלל איז א זיכערע שמירה. דאס זעלבע איז מיט פערזענליכע אינפארמאציע, טראץ וואס די קרעמל שטאב טוהט וואס נאר ס'איז שייך צו היטן יעדער'ס פריוואטקייט און אידענטיטעט קומט עס נאכאלץ מיט ריזיקעס. דעריבער איז מערסט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך בכלל נישט רעגיסטרירן דא מיט א אידענטיפיצירנדע אימעיל.
אבער וויבאלד מענטשן ווילן נישט עפענען א באזונדערע אימעיל פאר אזעלכע זאכן געט מען צומאל די געווענליכע און מ'האפט פארן בעסטן. ס'איז אבער דא א גרינגע מהלך.
אויב ניצט איינער מייקראסאפט'ס אימעיל סערוויס outlook.com קען מען דארט צולייגן אין די סעטטינגס נאך עיליעס'ס און אדרעסן פון די זעלבע אקאונט. אזוי קען מען האלטן די אלטע אקאונט אן די אלע פראבלעמען.
זייט אבער נזהר ווען איר שיקט א אימעיל פון די עיליעס וועט ארויפקומען די ערשטע און לעצטע נאמען אין די פאסט יענץ קען מען נישט טוישן.