2024 וואלן פעלשערייען און שווינדל: מיינונגען און דיסקוסיעס

נישט אמת.

@שמגר כ'האב הנאה אז דו ווילסט כאטש וויסן די מעשה. אנדערש ווי פילע אנדערע וואס זענען ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן דעם אמת ווילאנג עס שטומט מיט די נאראטיוו.

פאריגע וואך, ווען איינער האט מיר געוויזן דעם קליפ. האב איך גענומען די מוה און געספענד צוויי מינוט (עס האט גענומען ממש א מינוט צוויי) צו געוואר ווערן די פרטים.

פאלגענד זענען די פרטים:
די אינצידענט איז פארגעקומען אין לאורעל קאונטי (נישט פארמישן מיט מייק לאולער) קענטאקי.

טויטער באניצער It's me האט געפאסט א ווידיאו וויאזוי עס פאסירט. ער האט עס תיכף באריכטעד צו די באאמטע אויפן פלאץ און זיי האבן ארויסגענומען די מאשין פון באניץ. זיי האבן עס געלאזט לעין כל אין פאבליק און אראפגערופן די קאונטי עס צו קומען נעמען פאר אויספארשונג.

זיי האבן קלאר געשטעלט אז זיי האבן נישט באקומען קיין שום אנדערע קאמפלעינטס נישט פארדעם און נישט נאכדעם.

למעשה, ווען די ווידיאו איז געגאנגען ווייראל, איז די AG אריינגעקומען אין בילד. נאכן אריינקוקן דערין, האבן זיי מצליח געווען צו איבערמאכן די זעלבע גליטש און זיי זענען מסביר אז דאס האט פאסירט צוליב וואס דער וויילער האט געדריקט צו נאנט צום בארדער פון די קעסטל וואס האט גורם געווען אז די סעלעקציע פאר 'טראמפ' האט נישט געכאפט.
אודה ולא אבוש, איך האב נישט געטוהן קיין ריסוירטש, נאר אויסגעהערט דעם וואס רעדט אינעם קליפ און זאגט אז ס'איז אין קאליפארניע
 
נקדימון'ס נייעס ווינקל - בלאט 213 - אידישע וועלט פארומס
Screenshot 2024-11-03 110936.png
 
יא, אבער עס איז א רייייייזיגע חילוק צווישן געוויסע מענטשן פון די פארטיי לעומת דער קאנדידאט אליינס, בנוסף וואס ער איז די סאמע פאן טרעגער, מיט נאך צענדליגער פירענדע פאליטיקאנטן.

דאס האט שוין יא מיט טראמפיזם.

יחי ההבדל!
אין 16' האט האקים דזשעפריס פארפירט אז עס איז געגנבעט
 
די שפיאנאזש אגענטורן. זיי זענען די גרעסטע ביטערע ליצנות.... באנדע ליגנערס.
 
נעוואדע.... :ROFLMAO::ROFLMAO:
ווער דען איז באגלייבט אנאנימע טיקטאק יוזערס?

וויאזוי קען מען האבן א טענה'ריי איבער וואלן שווינדלערייען, ווען ביי איין צד איז טיקטאק יוזערס די באגלייבטע, און ביי די צווייטע די עף בי איי וכדו'?
אונז לעבן מיר ליטערלי אין צוויי אנדערע וועלטן.
 
Back
Top