הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

א דאנק פארן לאזן וויסן, מיר וועלן אריינקוקן דערין.
 
אקעי איך וועל צו ווארטן נאך אפאר טעג אבער אזוי קען איך נישט ווייטער גיין עס איז צו שטייט גארנישט ארבעט נישט...
 
איך בין נייגעריג אויב ס׳מעגליך צוצולייגן - צו די top פון די פּעידש, אין אן אשכול - די אפציע צו מישן צום נעקסטן בלאט.
ווייל צומאל זיך איך א געוויסע קאָמענט, און ביי יעדע פּעידש דארף איך סקראלן all the way ביז אונטן כדי צו קענען מישן צום צווייטן בלאט (חוץ אויב ס׳דא א גרינגערע אופן עס צו טון וואס I’m missing)
 
ביי וועם סארבעט אויך שטייט זאל עס שרייבן אין דעם שנירל ביטע.
 
איך וויל אנטראגען א געדאנק וואס קען solves אפאר זאכן אויף אמאל.
מען זאל עפענען א 501 נאן פראפיט ווי מען קען דאנעיטען צו אויפהאלטען די סייט.
די לינק זאל ארויף קומען אונטער די קיפל (אזוי ווי ביי וויקיפידיע)
עס זאל זיין אן אפשען פון מעמעבערשיפ, וואס מעמבערשיפ געט א רעכט צו וואטען.
עס וועט העלפן זיכער מאכען אז די נישט אינטער אין אפאר יאר ווען די יעצטיגע בעלי בתים ווערן מיד. ווי אויך וועט עס סאלוון די פראבלעם פון ווער האט רעכט צו וואטן.
ווער עס האט סקין אין די געים (מעמבערשיפ) קען וואטען.
אויב די קאסע האט איבריג געלט (נאכן האבן אין ריזערוו א יאר בודזשעט) קען מען מאכען וואטס וויאזוי עס צו ספענדן, באצאלען שרייבער, אפגרעידען די גייט, מער סטארעדזש etc. צו גאר וועיוון די קאסט אויף מעמבערשיפ פאר תוכנדיגע שרייבער וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן.
פארשטייט זיך מען וועט דארפן האבן א מעמבערשיפ פאר א מינימום צייט פארן וואטן, דריי חדשים אדער סיי וואס די אקטיווע מעמבער מאכען אפ.
ווער עס האט איידיעס צו מרחיב זיין דערויף איז וועלקאם
 
אנריעלעיטעט צו מיין פריעדיגע תגובה.
עס וואלט געווען א גוטע איידיע צו עפענען א אפטיילונג (מעגליך אונטער וויסנשאפט, אדער א אייגענע צוליב די פאטענשעל גרויס דערפון) וויקיפידיע/אנציקלופדיה (אדער וועלכע נאמען איז פאסיג, לאמיר מאכען וואטס:p) ווי מען זאל קענען עפענען אשכולות צו מסביר זיין טערמינען וואס איז פשוט פאר געוויסע און אימפארשטענדליך פאר אנדערע ( @מי אני יא מען מיינט דיר😘)
אויב מעגליך זאל עס האבען די פאלגענדע פיוטשערס אנדערש ווי אנדערע פארומס
די ערשטע אשכול איז ווי מען קען בעטן ווער עס ווייסט א געוויסע טערמין. און די אשכול איז אלץ די ערשטע און די פארום, די איבריגע אשכולות ווערן אויטעמאטיש מסודר alphabetical אנשטאט אלט ניי.
אין יעדע אשכול דארף די ערשטע תגובה אין די ערשטע פאר שורות זיך באציען צו די בעיסיק דעפינישען נאר נאכדעם אריין גיין אין פרטים. (די ערשטע תגובה קען מען נישט פרעגן די מיינונג, דאס באלאנגט אין די ערשטע אשכול)
אויב מעגליך וואלט געווען זייער העלפפאל אז ווען מען לינקט און אן אנדערע אשכול א טערמין צו די קארעספאנדענט טערמין אשכול זאל מען קענען האווערן דערויף מיט די מאוז און עס זאל ארויף קומען די ערשטע פאר שורות פון די אשכול וואס איז עס מסביר (אזוי ווי עס ארבעט אין וויקיפדיה)
 
המשך פון דא (אריבער געפירט)
--
אז די מנהל דארט זאגט אז ער וויל עס פארשפארען קען מען אים בעטן צו אריבערברענגען די אשכולות דא? איז עס שייך צו טון?
 
אדער עס זאל בלייבן אפן פאר ליינן און מזאל קענען אהער לינקן פונקט ווי וויקיפדיה
לאזען אפען פאר ליינען קאסט געלט און כח (האסטינג, פיקסן באגס און נאך)
משא״כ אהער ברענגען איז עס אויפן חשבון פון דא (וואס אויף דעם האב איך אנגעטראגען א לעזונג דא)
 
לאזען אפען פאר ליינען קאסט געלט און כח (האסטינג, פיקסן באגס און נאך)
משא״כ אהער ברענגען איז עס אויפן חשבון פון דא (וואס אויף דעם האב איך אנגעטראגען א לעזונג דא)
ווי אזוי קלערסטו ס'זאל צוגיין די "אהער ברענגן"?

בעצם איז דאס א נושא וואס באלאנגט אין אשכול "ווי אזוי צו פארבעסערן קרעמל", נישט אין אשכול "וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל".
 
ווי אזוי קלערסטו ס'זאל צוגיין די "אהער ברענגן"?

בעצם איז דאס א נושא וואס באלאנגט אין אשכול "ווי אזוי צו פארבעסערן קרעמל", נישט אין אשכול "וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל".
איך בין נישט קיין פראגרעמער, אבער ווי ווייט איך פארשטיי דארף מען צו קענען קאפי פעיסטן דאטא פון ענדליכע פלעטפארמס
 
איינער וואס האט פילע עקסעס קען ניצן די טול Download setup-cyowcopy-1.9.1.872-x64.exe • Cyotek
און קודם שנעל דאונלאדען אלעס צו א לאקעל פייל (שטייט זיך ער דארף האבן געניג פלאץ אויף די דיסק)
 
ווי אויך אויב שייך אינסטראקשענס וויאזוי עס צו טוהן סטעפ ביי סטעפ
 
כבין גאנץ א פריש ביימל דא אבער כווער פשוט משוגע פונעם סייט דא יעדן טאג פון נאך זאכן

קודם כל די אפעטיטליכע אויסשטעל גרעפיקס און סימפליסיטי-קלארקייט
אויך גלייך איך זייער די איידיע פון די נאמבער התגובה און בכלל די מעגליכקייטן ארום יעדן איינציגסטען תגובה, און די מעגליכקייט פון פאלאווען א ניק
און שטייצעך די אפענקייט מיט וואס יעדער איז העפליך געלאדענט צו שרייבן על כל העולה ברוחו מיטן תנאי פון ערוואקסענקייט, הפלאדיג

איך וואלט הנאה געהאט ווען די נאמען פונעם שנירל וואלט געווארן געפרוירן פון אויבן אפילו ביים אראפפארן דעם בלאט לייק אין עקסעל, צומאל פארגעסט זיך וואס די שנירל איז (ווי למשל דא האבעך אינגאנצן פארגעסן אז סאיז איבער קריטיק...😜)

אויך וואלט אפשר געווען געשמאק צו האבן די פיטשער פון באהאלטן מיין ניק פון פרעמדע אויגן, צומאל בין איך פאבליק... עד כאן, דעי סייט איז פלעין משיחס צייטן
 
ווען איך קליק אויף די אלערטס, און איך איך גיי אריין און איין אלערט ווער אלעס געמארקט כאילו איך האב עס שוין געליינט
 
קרעמל האט ענדליך אנגעהויבן ארבעטן שנעל ביי מיר, יישר כח מנהלים
 
איז דא עני אויסזיכט פאר א מאבייל ווערסיע (Responsive design, flexible grids, media queries) אדער בעסט איז עס צו מאכן עפליקעבל פאר טעפטעלק)
 
איז דא עני אויסזיכט פאר א מאבייל ווערסיע (Responsive design, flexible grids, media queries) אדער בעסט איז עס צו מאכן עפליקעבל פאר טעפטעלק)
איך זעה יעצט, גאנץ גוט אויף די מאבייל ווערסיע.
כהאב מיר נישט גערעכנט אויף דעם.
וואו🥰

קודאס
 
וויזוי מאכט מען גרעסער די פאנט?
 
Back
Top