הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

ווען איך קליק אויף די אלערטס, און איך איך גיי אריין און איין אלערט ווער אלעס געמארקט כאילו איך האב עס שוין געליינט
עס איז א יסודותדיגע פראבלעים, מיר ארבעטן אויף א לעזונג האפנטליך וועט עס זיין ווי אמשנעלסטן. אנכי הק', אלץ דער דעוועלאפער, מאכט עס מיך געפערליך נערוועיז. איך פרוביר צו טרעפן א לעזונג אן א קאודינג אויב מעגלעך
 
ביז יעצט געווען גאר גאר שטייט
יעצט אינדערפרי גלייך ביים אריינסיינען אין קרעמל האט זיך עס גענומען פליען אויף א גוטע ספיד, ב"ה וכן יעזור ה' להלאה
 
איך וואלט געוואלט בעטן פונעם עולם אז אזוי ווי צו ווערן א וועטעראן דארף מען האבן לייקס פון אנדערע זאל מען ביטע נישט שפארן קיין לייקס, אויב האסטו הנאה געהאט פונעם תגובה אפילו סאיז נישט ווער ווייסט וואס אויב איז עס א נארמאלע תגובה זיי מוחל פארגין יענעם און געב א לייק.
 
אפשר זאל מען עפענען (נווו כהאב פארגעסן די ווארט.. אפשר שנירל..פארום...) איבער טעכנאלאגיע בכללות,
אין דעם זאל זיין
- עפענען נייע אשכולות וואס האבן לאוו דוקא מיט הילף, ווי למשל נייע טעכנאלאגיע, אדער סתם אזוי אן עקפלענעשן אויף עני טעכנאלאגישע אקספעקט
- יעדע ספעציפישע אישו זאל זיין אן עקסטערע אשכול,
- אריבערפירן די הילף מיט טעכנאלאגיע צו דעם (נו וויזויהייסטעס) ווינקל

וואס זאגסט עטס?
 
שוין האמער ס'הסכמה פון רעב @דער גאלדענער אדלער
ווער נאך עגריעט?
 
המשך פון דא (אריבער געפירט)
--
אז די מנהל דארט זאגט אז ער וויל עס פארשפארען קען מען אים בעטן צו אריבערברענגען די אשכולות דא? איז עס שייך צו טון?
לאור די הודעה פון קאווע שטיבל אז עס מאכט זיך צו, וואלט איך געוואלט זייער בעטן די פראגרעמערס און אדמינעסטראטער דא אויב מעגליך צו קאנטאקטן די אדמיניסטראטער פון קאווע שטיבל, צו בעטן אויב עס איז מעגליך צו אריבערברענגען אלעס דא.
יישר כח
(איך וואלט עס געטון ווען איך קען, אבער נישט איך קען פראגרעמינג, און נישט איך האב עקסעס צו די בעק ענד)
 
ס'איז טעכניש מעגליך, זעה דא:
The import system | Manual | XenForo

כ'גלייב אבער נישט אז ק''ש גייט אוועקגעבן די רעכטן...
 
איך הער שכוח.
אויב האבן אפאר געבעטן צו באקומען די תוכן און געווארן אפגעזאגט ביטע לאזט דא וויסן. זאל מען כאטש וויסן די אמת
 
איבער אריבערברענגען די תוכן, עיין כאן:

קאווע שטיבל ערווארט די קאפאראציע פון קרעמל...
 
יא, צוויי געדאנקען וואס איך נעם פון Reddit וואס גיט צו אביסל קאליר איז היילייטן דעם פותח האשכול, אזוי ווי ביי א יוטוב טשענל וועט מען עס זעהן ווען דער בעלבאס קאמענטירט.

נאך א געדאנק וואס איז א שפעטערע סטעפ איז מאכן א פלעיר צו פילטערן געוויסע נושאים within א סוב קרעמל... אמאל קען עס העלפן צו טרעפן שנעלער א נושא, אין פארגלייך צו די אייוועלט קאווע שטיבל סורטש וואס האסט געקענט רעדן צום דופן...
 
די מציאות איז אז די עולם לאזט זיך נישט אויסליידיגן די טאשן אויף ליין מאטריאל. אבער פון די אנדערע זייט איז אויך די מציאות אז גוטע שרייבערס וועלן שרייבן פריי אן אפצאל אויב פילן זיי אז מען וועט עס אפרישיעטן.

לדוגמא, יעדער ווייסט אז ק''ש האט אמאל געהאט א גלענצענדער תקופה מיט אט אזעלכע שרייבער פול פון תוכנדיגע ארטיקלען. ווען מען פרובירט צו פרעגן אט יענע שרייבער פריוואט איז עס געווענליך איינס פון צוויי תירוצים. א' ס'איז פשוט א צייט פראבלעם, אמאל איז געווען צייט און היינט נישט. ב' קיינער האט עס נישט אפרישיעטעד.

אויף די ערשטע סיבה קען מען אפשר שפעקולירן אז געלט וואלט געמאכט צייַט אבער לכאורה דארף מען א געוואלד פון געלט, פיל מער ווי ס'זאלן זיין ווער ס'זאל צאלן. אויף די צווייטע איז פיל פיל פיל שווערער. קרעמל דארף זיך מער קימערן אויף די צווייטע סיבה און מטכס עצה זיין וואס מ'קען דא טוהן.
איך מוז דיסעגריען, האט אמאל געהאט... ווען 2015? וואס איז די burnout rate? ארגיועבלי זייער זייער הויעך.

אין מיין מציאות: איז אפרישיעישן פון א לייק אזוי ווי פאר א קינד א לאלי. פון דעם קען מען נישט אנגיין, צו ס'איז דא געלט צו נישט. ס'איז דאך נישט באמת קיין וואלונטירן ס'איז מער אזוי אומאפיצעל אזוי מיין איך, און מ'ווערט אויסגעברענט נאך א שטיק צייט, שפעטער שרייבט מען שוין נאר איינס צוויי מאל א יאר... מ'בלייבט נישט צו ענטפערן וכו'... און בינו לבינו ווערט מען נעלם פאר אייביג. די ריעליטי איז היינט קאסט יעדע גוטע זאך עפעס בפרט אז די עולם זעהט א וועליו דערין. סובסטעק קאסט ארום 50 א יאר, כ'מיין מידיום האט אויך געקאסט די רענדזש מ'רעדט פון פעני'ס. אפשר פאר א היימישע בלאג וואלט עס געמעגט זיין אביסל טייערער אלס לייף סטייל. סא מאך עס 75 נאך אלס זייער ביליג. יעדער חודש זאל זיין א צווייטער וואס באקומט באצאלט און וועסט זעהן ווי לאנג מענטשן וועלן אנהאלטן...

איך פארשטיי דיין סקעפטיסיזם, אזוי גייט עס, מ'איז צוגעוואוינט איין וועג. פארפאלן, ס'איז צופיל ארבעט און צופיל מענטעינען, מענטשן באלמוטשענען זיך, און טראכטן איידיעס וואס צו שרייבן לעבן מיט וואס מ'קען אלס שרייבן און נאר צו באקומען אפאר קאמענטארן אדער אינסטיגעיטן נארישע וויכוחים? כ'ווייס נישט, עפעס פעלט. געלט איז אן אינסענטיוו.
'דארף נישט אזויפיל געלט ווי דו מיינסט, איך רעד מער פסיכילאגיע, געלט קען רוקן א זאך פאראויס אויב יעדער האט אביסל הנאה, משא"כ ווען מ'טוט עס בלויז לשמה ווען באמת איז נישט דא דערין קיין סעטיספעקשן.
 
ריכטיג אבער א פארום איז פשוט נישט דאס ריכטיגע פלאץ פאר גאר ערענסטע ארטיקלען ווייל נאך גאר א קורצע צייט נאכן פובליצירן קוקט עס כמעט קיינער נישט אן.

ווידעראום אזא זייטל ווי מייסטערווערק גיבט פאר די ארטיקלען גאר א מכובד׳יגע פלאטפארמע און עס איז מסתבר אז ליינערס וועלן צוריקקומען ליינען/ארויספרינטן אפילו אלטע ארטיקלען אין די קומענדיגע יארן.

א פארום איז דאס בעסטע פאר לענגערע טיפע און לעבעדיגע שמועסן אדער אפילו לענגערע ארטיקלען איבער נייעס און קורץ-טערמיניגע אקטועלע נושאים. פארשטייט זיך מען קען אויך מאכן א פארום באקוועמער פאר מייסטערווערק סארט ארטיקלען אבער דאס איז נישט זייער נאטירליכע habitat
נאכנישט דורכגעליינט מייסטערווערק, און איך קען נישט די פאליטיק פון וועקער, אדרבה אויב איינער האט מער אינפא נעם דאס ווארט, אבער איך זעה נישט די דיפערענץ. אויפהאלטן א זייטל, טרעפן צייט, שרייבן צום זאך, פארשן, דרעפטן און ענטפערן, און נאך צוריקענטפערן צו די מענטשן וואס נעמען די צייט דורכצוליינען און געבן יענעם פידבעק וואס קען בויען דעם שרייבער וואס וויל די וועלידעישן. און קאנסידערינג די רעישאו פון ליינערס זענען געווענליך אין די רום'ס העכער פראפארשן צו שרייבערס, און זיי ארבעטן איבערמידליך אנצופילן די פלאץ, און קיין פעני נישט? פארוואס? האסט הנאה, געבסט את שמייכל, טראכסט אריין אין א שיינע געדאנק א טיפע פילזאפיע, סתם די פרייהייט פון ווארט וואס קיין איין אידישע פלאץ שטעלט נישט צו. באצאל דערפאר, ס'איז ניטאמאל זיך צו דעקן אפגערעדט מאכן דערפון א ביזנעס, אבער עפעס.. א שיינע טיפ, ס'דארף זיין אזא זאך. קיינער גייט נישט טוישן מיין מיינד וועגן דעם. ס'מאכט נישט קיין סענס און פארטיג.

צאלסט פאר נעטפליקס, צאלסט פאר פריים, צאלסט פאר ספאטיפיי, צאלסט פאר די שטיבל, צאל פאר קרעמל אויך. און מ'קען מאכן אומזונסטיגע און נאר פאר די גוטע זאל זיין א paywall און זעהן וויפיל צאלן אלס א ראיה, אז ס'איז נישט מ'גיט א לאג אריין און ארויס, ניין ליינער וואס אפרישיעטן ווילן אלס נאך, ווייזט אז מען קריגט טאקע ווערדפולע חומר וואס ציט...
 
אפשר זאל מען עפענען (נווו כהאב פארגעסן די ווארט.. אפשר שנירל..פארום...) איבער טעכנאלאגיע בכללות,
אין דעם זאל זיין
- עפענען נייע אשכולות וואס האבן לאוו דוקא מיט הילף, ווי למשל נייע טעכנאלאגיע, אדער סתם אזוי אן עקפלענעשן אויף עני טעכנאלאגישע אקספעקט
- יעדע ספעציפישע אישו זאל זיין אן עקסטערע אשכול,
- אריבערפירן די הילף מיט טעכנאלאגיע צו דעם (נו וויזויהייסטעס) ווינקל

וואס זאגסט עטס?
באמפ...
עני פלאן צוצולייגן די פיטשער פאר די Tech nerds ?

@הק' לייביש שרייבער @קרעמל @מחניים
 
@ברק הכחול שכח פארן באמפ... פליז ווארט נישט אויף קיינעם
עפן שנירלעך רעכטס און לינקס
קענסט דערווייל עפענען דא אדער דא
ווען זיי גייען אנקומען דערצו וועט מען אלעס אריבערפירן אהין
 
צאלסט פאר נעטפליקס, צאלסט פאר פריים, צאלסט פאר ספאטיפיי, צאלסט פאר די שטיבל, צאל פאר קרעמל אויך. און מ'קען מאכן אומזונסטיגע און נאר פאר די גוטע זאל זיין א paywall און זעהן וויפיל צאלן אלס א ראיה, אז ס'איז נישט מ'גיט א לאג אריין און ארויס, ניין ליינער וואס אפרישיעטן ווילן אלס נאך, ווייזט אז מען קריגט טאקע ווערדפולע חומר וואס ציט...
כמעט קיינער צאלט נישט פאר קיין מוזיק היינטיגע צייטן, זינגערס לייגן אריין שווערע כוחות און ריזיגע געלטער און מ'דאונלאודט עס אויף טעלעגראם, פארוואס האלסטו וועט מען צאלן צו ליינען אויף קרעמל?

מיינסט יעדער צאלט טאקע פאר נעטפליקס און פריים? מ'קוקט מאוויס אויף טעלעגראם.

געציילטע וועלן צאלן פאר שרייב ארבעט און די איבריגע וועלן עס נישט לייענען, און אז ס'וועט זיין ווייניג ליינערס וועט אוטאמאטיש זיין ווייניגער שרייבערס, וועט עס אויסברענען.
 
א באג אין duck duck בראוזער מ'קליקט אויף א נאטיפיקאציע פון זיך, למשל "דיין מעסעדזש האט באקומען א ריאקאציע פון דעם און דעם" שיקט ער מיר צו יענע שנירל, אבער די ערשטע מעסעדזש נישט די מעסעדזש וואס איך האב געשיקט. ס'איז מעגליך ס'איז מיין אישאו. אויב נאך א בראוזער האט די זעלבע אישאו please speak up
 
Back
Top