3 גרעסטע חסידישע היראס!

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,206
הקדמה:
אין די פארגאנגנהייט האט די חסידישע געמיינדע געהאט 3 מויערן וואס האבן אפגעהאלטן מענטשן פון לעבן ווי אזוי עס איז זיי באקוועם; שידוכים, מוסדות, און היימישע פראפאגאנדע פלאטפארמעס מיטן חסידישע אדזשענדע.

היינט וועלן מיר אראפ ברענגן דריי חסידישע גיבורים וואס האבן דרייסטערהייט געבראכן די מויערן צו פרייהייט.



נחי יאבו:
נחי א עקס חסידישע יונגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן געווארן אין די היימישע וויליאמסבורג, געלערנט האט ער אין פילע היימישע חדרים און ישיבות, א שטייגער ווי היטשען אין לאנדאן ווי ער האט זיך געווייקט אין חסידות, האט גאר לעצטנס באשלאסן צו עפענען א פאדקעסט געאייגנט פאר חסידים. די ציהל דערפון איז צו רעדן פון אלעס, און זיך נישט אפהאלטן פון ארויפברענגן די אמת אפי אויב שטימט עס נישט מיט די אידילאגיע פון חסידות…

ס׳האט זיך שטארק אנגעזעהן ביין ערשטן פאדקעסט מיטן פאפולערן עסקן בענייני ״סעקס עביאס און פעדעפיליע הרב נחום ראזנבערג, ווי ער האט אים געגעבן דעם שופר אינעם האנט צו קענען רעדן וואס אימער עס שמעקט אים.

נחי האט זיך אבער געהאלטן ביים ליניע אז די ציהל פונעם פאדקעסט איז בלויז געגרינדעט צו סערווירן די אמת, און נישט ארויף צו שמירן נאסע לייליכער אויף חסידים, דהיינו; אויב איז אזאך אמת, זאלן עס מענטשן הערן. און אויב איז עס שקר דאן איז נישטא קיין סיבה עס צו זאגן.

אונטערשטע שורה: ווען מענטשן ווערן געפיטערט מיטן אמת, טוישן זיך זייערע בליקן אינעם סביבה ווי זיי געפינען זיך, זייער שטארקע מיינונג ציטאן אזאך וואס מען האט זיי פראגרעמירט אז דאס איז די ריכטיגע וועג, און אז נישט וועלן זיי אויסקוקן ווי די נידריג קלאסיגע גוי אין הארלעם, ציפאלט ווען זיי הערן און זעען ״עין בעין אז לא דובים ולא יער, נאר אז מען זוכט צו באהאלטן פון זיי די אמת׳ע פאקטן.
אט דאס האט זיך טאקע גאר שטארק אנגעזעהן ווען אין בלויז א קורצע צייט נאכען עפענען זיין יוטוב טשענל, און פאסטען זיינע צוויי עפיזאדס, האבן צענדליגע טויזענטער מענטשן געוויאט/געקאמענט און סובסקרייבט! די וויאערס זענען א גרויס חלק משלנו, חסידים וואס קענען נחי און דארשטן צו הערן דעם אמת.



אלי וועבער:
אלי א חסידישע בחור מיט בארד און פיאות, האט באשלאסן צו ווייזן די מיטעלסטע פינגער פאר די משחיתי הדור… און טאקע צוליב וואס מוסדות איז דערווייל ביי אים נישט קיין פראבלעם, טוט ער דאס אויסניצען צו די מעקס, עפעננדיג עטליכע פלאטפארמעס ווי ער ברענגט ארויף מענער און פרויען וואס רעדן איבער אלע וויכטיגע טאפיקס וואס איז נוגע פאר מענטשן פיזיש און גייסטיש.

אלי איז דער ערשטע נארמאלע חסידישע חסיד וואס האט אן אפציעילע פאדקעסט ווי ער שמועסט פנים לפנים מיט היימישע פרויען, און טיילמאל זיצט ער מיט זיי אויף איין קאוטש, פארשטייט זיך אלץ מיט סעלף ריספעקט.

כהאב אמאל געשמועסט מיט א פרוי, זאגט זי מיר אז אינאלגעמיין ווען עס קומט צו רעדן צו א פרעמדע מאן א חסיד, שפירט זי אז זייערע קעפ לויפט זיי גלייך סעקשועל, צוליב וואס זיי זענען אין טאג טעגליכן לעבן אפגעזונדערט פונעם פארקערטן דזדענדער אין זייערע געמיינדע, און זענען נישט עמיאענט ווי אזוי צו דילן מיט פרעמדע פרויען.

אנדערשט איז אבער מיט אלי, וואס ברענגט אריין ביים היימישן ציבור די געדאנק אז מען קען זיין א נארמאלע חסידישע געזונטע מאן בשעת וואס מען פארברענגט מיט א פרעמדע פרוי.

אלי די ביסט א לויטער ריינע אינספעראציע פאר כלל ישראל, ״כה לחי, דיינע ווערק איז אונז טייער!



מימי און רבקי:
די גרעסטע אפהאלט פאר א חסידישע יומען ביאינג אינעם חסידישן קאמיונעטי ביז היינט צו קענען טון וואס איז ריכטיג, און לעבן א לעבן מיט שלוות הנפש, איז געווען די נושא פון שידוכים.
לדוגמא, נעם א 18 יעריגע ישיבה בחור וואס האט שוין אפגעלערנט זיינע יארן, אבער קען נאך קיין חתן נאכנישט ווערן צוליב וואס ער פארמאגט א עלטערע ברודער/שוועסטער העכער זיך, אבער ער זעלבסט זוכט צו גיין ווייטער אין לעבן, און האלט זיך בלויז צוריק פון עס עקאמפלישען צוליב די פחד אז ער וועט נישט טרעפן זיין באשערטן…
משלים זענען דא אן א שיעור, אבער די געדאנק דערפון איז קלאר; די פחד פון שידוכים איז א טרעפ!

צוויי היימישע פרויען ״מימי און רבקי האבן אבער באשלאסן צו נעמען זאכן אין די האנט אריין. אנשטאטס צו מעורר זיין די עולם ווי ״יונתן שווארץ וואס איז דומה צו א שיסל וואס מען לייגט אינטער א דאך וואו עס טראפט אריין וואסער, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז ווי א פלעשל מאטרין וואס ראטעוועט פון א פלאד אין די קורצע טערמין… האבן די צוויי פרויען באשלאסן צו פיקסן די פראבלעם.
אומר ועושה, זיי האבן געעפנט א וועבזייטל געאייגנט ספציעיל פאר חסידים ווי מען קען זיך אויפסיינען פאר א בשאו איווענט ווי עס קומען זיך ציזאם בחורים/מיידליך פון אלע סארט אידישקייט דרגות, מען האט דארט די אפציע זיך צו וועלן די אמת׳ע באשערטן וואס מען שפירט מען קאנעקט צו.

די אויפטו דערפון אז ריזיג גרויס, דהיינו; מענטשן וועלן זיין פיעל רויאיגער ציטאן וואס איז ריכטיג, וויסענדיג אז די טאג וואס זיי וועלן ווילן דעיטן, וועט מען עס קענען טאן אין אזא פלאץ ווי יעדער איז ריספעקטירט צו זיין די אמת׳ע זיך, א פלאץ ווי עס עגזעסטירט נישט די מאנטל פון נישט וויסן טערעטאריע… אזאך וואס ציברעכט אינגאנצן די חומה פון א בלינדע סיסטעם.

ווי זאכן ריקען זיך איז עס אין די גוטע דיירעקציע, די צוויי פרויען לערנען אפ זייערע פריערדיגע איווענט, זעהן ווי מען קען עס מאכן מער געאייגנט פאר די היימישע עולם.

צייט וועט רעדן… אבער איך האלט אז די סוקסעס ראטע דערפון האט ריזיגע פאטענטשלס ״מכמה טעמים, העמיר אפשר נאכאמאל צוריק קומען און אויסשמועסן די ספסיפיק טאפיק.
 
לעצט רעדאגירט:
א געוואלדיגע און הערליכע ארבייט!!
א ריזיגען ש׳כח פארן פותח השנירל 🙏❤️
__ __


און כ׳וויל צולייגן צום ליסט..

העסקן הנמרץ
שַׁיֵּף עָיֵיל, שַׁיֵּף נָפִיק,
לֹא לְמַעַן כָּבוֹד, לֹא לְמַעַן תַּפְאֶרֶת.
חוֹשֵׂף אֱמֶת שֶׁנִּקְבְּרָה בְּשִׁכְחָה,
מֵאִיר חֹשֶׁךְ שֶׁהָעוֹלָם שׁוֹכֵחַ.

קוֹלוֹ רוֹעֵם, עֵינָיו צוֹפִיּוֹת,
רָץ וְלֹא נִלְאָה, עוֹמֵד וְלֹא נִשְׁבָּר.
לֹא יָנוּחַ, לֹא יַשְׁתֹּק,
כִּי לְמַעַן הָאֱמֶת נִבְרָא.

רַבִּים רוֹאִים וּמִתְפַּלְאִים,
מִי זֶה הָאִישׁ הַנִּלְחָם בְּרּוּחוֹ?
אַךְ הוּא לֹא יָרוּם לִבּוֹ,
כִּי גְּדוֹלִים מַעֲשָׂיו מִמֶּנּוּ.

ה״ה
@לייביש הכהן

מיטן מאכן אווערנעס איבער די גיבורי מלחמה,
טוסטו אויף גדולות ונצורות..
און אפשר נאך מער ווי זיי אליין!!


נ.ב. ביטע לייגן א לינק צו די דערמאנטע נחשונים, א דאנק
 
קענסט לייגן א לינק צו די סייט פון מימי און ריקי? יישר כח.
 
זייער א שיינע ארטיקל אבער איך זעה נישט פונקטליך וואס נחי האט געטון.

ווען נחי בלייבט ווען חסידיש אזוי ווי אלי וועבער און בלייבט אין די סיסטעם הער איך אבער סאיז נישט אזוי ...

וואס איך מיין צו זאגן איז odt's וואס עפענען זיך זייער פיסקעל האב מיר געניג און נחי איז נישט דער ערשטער ...
 
איך זעה נישט פונקטליך וואס נחי האט געטון.
אין די פארגאנגענהייט האט מענדי לעווי געהאט א אינטערוויא אויף די ליווינג לחיים פאדקעסט, דארט האט ער דערציילט איבער די לב טהור קולט, אבער מיט א פילטער… ווען עס איז געקומען רעדן איבער ״סעקס אביוז איז עס געווען געמאסטן און געצוימט.
ווידעראים ווען נחי ברענגט ארויף איינער פון לב טהור, ווערט דערציילט די פולע אמת, אזאך וואס די חסידישע עולם לעכצט צו הערן.

אונטערשטע שורה: נחי איז א חסיד וואס דעליווערט חומר ספציעל פאר די חסידישע עולם, ממילא אז חסידים הערן אים האט ער א כח משפיע צו זיין ״שפע ברכה והצלחה…
 

3 גרעסטע חסידישע היראס!​

דברי יואל
האדמו"ר מקלויזנבורג
האדמו"ר מלויבאוויטש
אז נישט זיי דריי וואלט די וועלט אויסגעקיקט אנדערש
 

3 גרעסטע חסידישע היראס!​

דברי יואל
האדמו"ר מקלויזנבורג
האדמו"ר מלויבאוויטש
אז נישט זיי דריי וואלט די וועלט אויסגעקיקט אנדערש
האדמו"ר מלובאוויטש האט אוועק געשטעלט גאנץ א אנדערע סטייל אידישקייט ווי האדמורי"ם מסאטמאר און קלויזנעבורג,

איך גלייב אז אסאך קרעמלערס וואלטן זיך געווינטשן צו געבוירען ווערן אין לובאוויטש.
 
ווייל זיי קענען עס נאר פון אינדרויסן
ווייסעך נישט, פין אינדרויסן ווי איך קוק עס אן.

עס איז נישטא דארט די טאליבאנער קליידונג.

די פרויען אין מיידלעך קוקן דארטן אויס שיין ווי עס פאסט פאר א בת מלך,

שידוכים סיסטעם איז אסאך נארמאלער,

ס'נישטא די פעיר פרעשור וואס אונז האבן דא.
כאפ א שפאציר אין קראון הייטס וועסטו זעהן וואס איך מיין.

קום מיר נישט זאגן יעצט אז זיי זענען א קולט משיחס'טן ווייל דאס איז א מיעוט.
 
ווייסעך נישט, פין אינדרויסן ווי איך קוק עס אן.

עס איז נישטא דארט די טאליבאנער קליידונג.

די פרויען אין מיידלעך קוקן דארטן אויס שיין ווי עס פאסט פאר א בת מלך,

שידוכים סיסטעם איז אסאך נארמאלער,

ס'נישטא די פעיר פרעשור וואס אונז האבן דא.
כאפ א שפאציר אין קראון הייטס וועסטו זעהן וואס איך מיין.

קום מיר נישט זאגן יעצט אז זיי זענען א קולט משיחס'טן ווייל דאס איז א מיעוט.
עס אמת וואס די שרייבסט אבער די מעלה דערפון איז נאר ווייל די קענסט עס נישט האבן
עס הערשט אבער דארט א היפשע שמאלקעפיקייט
 
ווייסעך נישט, פין אינדרויסן ווי איך קוק עס אן.

עס איז נישטא דארט די טאליבאנער קליידונג.

די פרויען אין מיידלעך קוקן דארטן אויס שיין ווי עס פאסט פאר א בת מלך,

שידוכים סיסטעם איז אסאך נארמאלער,

ס'נישטא די פעיר פרעשור וואס אונז האבן דא.
כאפ א שפאציר אין קראון הייטס וועסטו זעהן וואס איך מיין.

קום מיר נישט זאגן יעצט אז זיי זענען א קולט משיחס'טן ווייל דאס איז א מיעוט.
אויף דעם זאגט דער פסוק "יענעם'ס גראז איז זיכער גרינער"
 
עס הערשט אבער דארט א היפשע שמאלקעפיקייט
די טשויס איז א שמאלע בּאקס ווס. מער א ברייטערע בּאקס וועלכעס איז שמאל פון איין זייט אבער כאטשיג ווערט עס ברייטער פון די אנדערע זייט, וועלכער בּאקס וואלסטו ענדערש געטשוזט ווען דו האסט ווען א ברירה?
 
Back
Top