שובו אלי ואשובה אליכם

אלטע שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
109
רעאקציע ראטע
261
אברמל איז ענדליך אויפגעשטאנן. די זייגער בלינקט שוין עלעף אזייגער, און די תירוץ פון פיווער איז שוין אויסגעלאפן א וואך צוריק. מיט שווערע טריטן האט ער געלייגט זיין פיס אויף דער קאלטע פאדליגע און געוואשן נעגל וואסער.

זיצענדיג אויף זיין בעט האט ער צוערשט אריין געלייגט די רעכטע פיס אין די הויזן, און נאך א לאנגע צייט אפשניט, האט זיין צווייטע פוס זיך געטראפען אין די צווייטע הויזן לעכל. באקוועם ארום די לענדן, האט די פאסיג אים געהאלדזט און געהאלטן, אן דעם וואלט ער געפילט עלענד און אומבאליבט אין דער וועלט.

מיט געוואגטע טריטן איז ער ארויס פון שלאף צימער און אריין אין ביה"כ ווי ער האט זיך מכין געווען ביז די תירוץ איז אויך ארויס געלאפן.

אריין קומעדיג אין קאך, האט זיין לעבן אים באגריסט מיט שמוציגע עסצייג, א קינד געווינדעלט און נישט אנגעטון, שמוציגע טישוס אין יעדער ווינקעל, און א ווייב אין א פארפלעקטע דאסטער וואס וואשט געשיר מיט האלבע טריטןף שלעפעדיג איר שווערע פיגור פון פלאטץ צו פלאטץ.

אן א באגריסונג האט אברמל געלייגט קאווע אין די גלאז און גענומן הייס וואסער פון טשייניק. אריין געגאסן מילך, אויסגעגאסן א דריטל, און צוגעלייגט מילך, ביז די עבודת הכנת הקפה האט געמוזט קומן צו איר ענדע, אפנעמענדיג כאטש זיבען איבעריגע מינוטן. ער איז געזעסן דארט מיט א ליידיגע געזיכט און געזיפצט זיין קאווע ביז עס איז געווען האלב ליידיג, ווען ער האט אויסגעגאסן די שיריים און זיך שווער אויפגעהויבן צו גייען דאווענן.

אין ביהמ"ד האט ער קוים אנגעהאלטן א צוואנציג מינוט, און דערנאך איז ער ארויס, זוכענדיג וואס צו טון מיט די איבעריגע שעות אין טאג. פאר א האלבע סעקונדע האט ער געקלערט פון גייען זוכן ארבעט, אבער דאס איז אים אנטלויפן פון קאפ פונקט ווי יעדעס מאל די מחשבה'לע די זינלאזע כאפט זיך אריין ביי אים.

שוין, ער שפאצירט דא און דארט, און ערגעץ מאכט ער א לינקס און ער זעט א סיטי פארק מיט בענק און טישן. נו נו, זיצן אין קלאצן איז דאך אלס בעסער ווי גייען און קלאצן, און ער האט זיך געזעצט ביי א טיש און געקלאצט.

אויף די נעקסטע טיש האט ער געזען אן עלטערע פאר פאלק, גוים פון א פריערדיגע עפאכע. ער גיט א גרויע\ברוינע הוט, מיט א ברוינע לאנגע מאנטל. ער איז פריש ראזירט און טראגט דיקע בריללן אויף די נאז. די פרוי איז געווען איינגעוויקעלט אין נאך א ברוינע מאנטל, און זי האט געפלאפעלט און געפלוידערט מיט א הויכע שטימע. די אלטיטשקע האט גערעדט פון איין זאך צום צווייטן, נאכגעזאגן מעשיות פון דרייסיג יאר צוריק און נעכטן, אלס אויסגעמישט און איבערגעחזרט פינף מאל. די מאן קוקט איר אן אין פנים ווי זי וואלט געווען די רבי זכרוינע לברוכע אליינס, וואס יעדער ווארט איז גאלד און יעדער זאץ קען אים ארויס שלעפן פון גיהנם. ער האט אריין גערעדט, אבער נישט צו שטערן נאר אויסצודרוקן התפעלות עצומה, "פשיאאא! אזוי גאר?"

אברמל איז געזעסן דארט פארגאפט. עפעס א הייסן שטאך האט אים בארירט אונטער די אויגן, זע'ענדיג ווי א מענטש קען זיך אזוי פאראינטרעסירן אין א צווייטן, ווי די צוויי מענטשן ווערן איינס, און די פעלערס פון א צווייטע מענטש קענן זיין אזוי באליבט ביי א צווייטן. אברמל האט א טראכט געגעבן אויף זיין אייגענם לעבן, און א טיפע בענקשאפט האט זיך ערוועקט ביי אים. ער קען דאס דען נישט טון ביי זיך אין לעבן? עס קומט אים דען נישט קיין ווייב וואס וויל אים דערציילן וועגן איר לעבן?

דער אמת האט ער אבער געוואוסט, זייט ווען האט ער צו איר צוגעלייגט אינטרעסע ווי דער מאן, אויסהערענדיג יעדעס ווארט ווי א בריליאנט? זייט ווען האט ער איר עפעס געוויזן פון זיך? ער האט איר אריין געשלעפט אין זיין טויטע לעבן און איר לעבן האט אויך אנגעהויבן שמעקן פון דער קבר, און אלס איז זיין שולד.



רויזא-בילא האט געהאט א נארמאלע נאכט, ד.ה. א שווערע שלאף מיט קיין שום סבה זיך נישט אויפצווועקן. זיבן אזייגער אינדערפרי, ווען די קינדער האבן אנגעהויבן אויפוועקן, האט זי געלייגט די קושן אויף איר קאפ, אבער ווילאנג האט זי געקענט זיי, אדער זיך, אויסנארן? די תירוץ פון די לעצטע בעיבי איז שוין לאנג אויסגעלאפן, בערך ווען די בעיבי האט אנגעהויבן רעדן און גייען.

זי האט זיך ארויס געשלפעט פון בעט, און מיט שווערע טריטן האט זי געוואשן איר רעכטע האנט און דערנאך איר לינקע. נאך א טיפן אטעם האט זי ווייטער געוואשן ביז ענדליך איז זי פערטיג געווען. מיט שטייטע טריטן האט זי סערווירט די שיריים פון די נעכטיגע נאכט מאל – קארן פלעיקס און מילך – פאר פרישטיג. די קינדער האבן געקוויטשעט, זי האט זיי איגנארירט, און פארדעקט איר שמוציגע נאכטקלייד מיט א שמוציגע פאנדזשאלאו, פיל מיט מילך און קעטשאפ פלעקן. ווען די קינדער האבן זיך ארויס געראטעוועט דורך כאפן זייער באס, איז זי געבליבן אליינס מיט איר שטילע מחשבות. ווי אויף אטאמאט האט זי אנגעהויבן וואשן און קערן די שטוב, מיט שטאטע, אומעפעקטיווע, מידע טריטן. זי האט מער נישט ווי באוועגט די מיסט פון איין עק צום צווייטן.

נאך א פאר שעה פון ארבעטן און גארנישט טון, האט זי מחליט געווען צו גייען אין קראם איינקויפן פאר די משפחה. די פוד סטעמפס קארטל האט נאך עפעס דערויף, און אז נישט קען זי עס ארויף שרייבן און האפן אז איינער א נגיד וועט וועלן פאראיבייגן ר' שעיה ב"ר משה'ס נאמן, אדער דער ריבניצער, איר גייט נישט אן וועמן, מיטן אפצאלן די בילל אירער.

די בעיבי פארדעקט מיט א דאכענע אז קיינער זאל נישט זען אז קיין קלייד האט ער נישט, איז זי ארויס געגאנגן צום קראם. גייענדיג אזוי אין גאס, באמערקט זי ווי א חתן כלה גייען צוזאמן אינאיינעם, ער מיט די שפאגל ניי דרי שטאקיגע שטריימל, און זי מיט א פרישן שייטעל, א גלאנציגע צודעק צום שייטעל, און שיין באשמירטן פנים. די רוישיגע גאס האט ביי זיי נישט עגזיסטירט. יעדער ווארט וואס איז ארויס געפאלן פון זיין אכצן יעריגע מויל איז געווען כמפי משה מפי השכינה, און ווי זי קוקט אים אן איז זיין פנים געווארן פוטער. עולם ומלואו האט נישט עגזיסטירט ווען די צוויי זענן געגאנגן.

א מישאכטס פון אנטוישונג, רעגעניש, חרטה, בענקשאפט, האפענונג, און הארץ וויטאג, זענן איר אריבער אינאיינעם, און ווי איז איר געוואוינהייט, האט זי די אלע געפילן געטריבן אין ווינקל פון איר ברייטע ברוסט. זי האט א טראכט געגעבן ווי פיין ער פירט זיך אויף מיט זיין פרוי, און זי האט געדענקט ווי זי פלעגט אזוי האפן, און ווען זי האט ערשט חתונה געהאט האט זי אויך געוואלט אזא מאן. געוואלט האט זי באשולדיגן אברמל פאר די בית הקברות וואס זייער הייראט איז געווארן, אבער געוואוסט האט זי אז זי האט אויך נישט אנגעקוקט איר מאן ווי די אומוויסענדע פרישע כלה, מיט איר נייעם שייטעל און גלאנציגע צודעק צום שייטעל, האט אנגעקוקט איר פריש באשטריימעלטע חשובע בחור פון די ישיבה גדולה.



"ווי דרייט מען צוריק די זייגער?" זאגט אברמל צו זיך. "וואס קען איך טון אז אין מיין עלטערע יארן זאל איך אויך גייען מיט רויזא-בילא און מיר וועלן זיך אפהענגן איינער אויף די צווייטענ'ס ווארט אזוי?"

ער האט זיך פארזונקן אין זיין מחשבות, און געזוכט אן עצה. די עצם רעיון פון קויפן בלומן פאר איר האט אים ארויפגעברענגט א קאפוויי. ער האט זיך דערמאנט די לעצטע מאל וואס ער האט דאס געטון, דריי מאנאטן נאך די חתונה, און זי האט אים געלאכט אין פנים אריין, "קיינער האט נישט געוואלט קויפן די געלע גארעבעדזש, האט דער פארקויפער זיך פארלייגט אויף א תמעוואטע ווי דו." ער האט נישט געוואוסט וויאזוי אראפ צו קומן פון די בוים. איין החלטה האט ער געמאכט, 'ברגע וואס זי זאגט איין ווארט צו אים, וועט ער רעאגירן מיט עפעס איידעל און אויפוועקן די אלטע גאנג – זיי וועלן צוריק קערן צו זייער שנה ראשונה.'



"קוק אים אן ווי זי קוקט אים אריין אין פנים, פארוואס האב איך אויפגעהערט אנצוקוקן מיין מאן אזוי? ווען האט עס פאסירט?"

עס האט זיך געוואלט אים באשולדיגן פאר די קאלטע אומקריג וואס האט געהערשט צווישן זיי, אבער רויזא-בילא האט דאס נישט געקענט איינרעדן. ער איז געווען א יונגע נארישע בחור, מיט געונג שכל צו וויסן אין וועלכע ריכטונג צו דרייען די פאות, אבער ער האט אזוי שטארק געוואלט זיך דערנענטערן צו איר, ווי א קליין הונט מיט די צונג אינדערויסן. זי האט אים אויסגעלאכט און וואס האט זי דערפון? א קאלטע ענדלאזע לעבן פון פוסטקייט, אן קיין האפענונג אדער שטרעבונג.

זי האט גוט געוואוסט וואס זי האט צו טון, אבער זי האט נישט געהאט בכוחה דאס אויסצופירן. זי האט געמוזט אריין לייגן די כוחות און אויף איר פלייצעס איז געזעסן די יאך פון ברענגן א ליבליכע טאן אין שטוב אריין. ווי האט זי דאס אבער געקענט טון? ער וועט איר נישט גלויבן, ער וועט מיינן אז זי לאכט פון אים, פונקט ווי ווען ער האט געברענגט בלומן. וואס קען זי דא טון? זי האט מחליט געווען אז די ערשטע טריט מוז קומן פון אים, אבער ווען ער זאגט די ערשטע ווארט, וועט זי אים צוריק געבן עמערס פון ליבע און ווייכקייט.



אברמל האט זיך קיינמאל נישט באוויזן אין שטוב פאר אכט אזייגער, מיט די האפענונג אז די קינדער וועלן שוין שלאפן ביז דעמאלס און רויזא-בילא וועט שוין זיין אויפן וועג צום בעט. ער פלעגט שוין טרעפן עפעס שיריים צו עסן, און אזוי האט ער זיך געזעטיגט.

יענער טאג איז נישט געווען אנדערש, אברמל איז געקומן, מיט זיין פרישע החלטה, אין שטוב אכט דרייסיג אין אווענט, און ער האט געהאפט צו הערן א גוט ווארט פון זיין פרוי. זי איז געשטאנן ביים סינק מיט די רוקן צום טיש, שטארק אין איר החלטה זיך צו פירן אנדערש מיט איר מאן, טאמער ער זאגט נאר איין ווארט צו איר. ער זיצט ביים טעלער און ווארט און ווארט צו הערן א ווארט, זי שטייט ביים קראן און ווארט און ווארט צו הערן א ווארט.
 
ישר כח! זייער שטארק! ב"ה איך בין נאך פון די גאר אינגע אבער התחדשות דארף יעדער.....
 
Wow הערליך! נישט גערישט פאר אזא הערליכע ארטיקל. בעיסיקלי ברענגסטו ארויס א גוטן מוסר השכל, אם אין אני לי מי לי, ואם לא עכשיו אמתי. אלעס ווענדט זיך אין מיר און אין יעצט, ווארט נישט, ס'אייביג די צייט.
 
הערליך!!! שכח @אלטע שרייבער פארן אזוי מהנה זיין!!!
קב"ה די מאן זאגט שובו אלי ואשובה אליכם
כנסת ישראל די פרוי זאגט השיבנו ה' אליך ונשובה

די רבוש"ע זאגט פחתו לי פתח כחודו של מחט
אונז בעטן צוריק אבינו מלכנו פתח

זאל שוין זיין השם יברך את עמו בשלום. אמן.
 
@דער גאלדענער אדלער האט מיר געבעטן ווי פאלגענד:
אז דו גיבסט אונז די אפציע, אפשר אזא ראמאנס פיקציע געפלאכטן מיט ליצנות אביסעל אויפצוהייבן די געמיטער פון די וואס טרויערן יעצט אין די בין המצרים?
דעריבער האב איך געשריבן אזוי מעניינא דיומא
 
@דער גאלדענער אדלער האט מיר געבעטן ווי פאלגענד:

דעריבער האב איך געשריבן אזוי מעניינא דיומא
זייער גוט!

וויאזוי זאגט יענער… די נמשל רעדט פון זיך אליינס…..

נ.ב. די היינטיגע קאפל׳ס, נאכ׳ן זיך צאמהערן די הערלי״כע שיעורים פון די דעזיגנירטע חתן/כלה רעבע״ס האבן שוין נישט קיין שום ליבשאפט און ריספעקט אפילו נאך אין ש״ב….ודו״ק.
 
Back
Top