תשעה באב מאטעריאל

אויף אוצה"ח קען מען טרעפן א ספר 'קידוש השם' פון איינער שמעון הוברבראנד, וואס איז געשריבן געווארן אין ווארשא בשעת די מלחמה. עס איז מער הארצרייסעדיג ווי אנדערע, ווארום עס ענדיגט זיך נישט מיט א הצלה אדער א ישועה, נאר פלוצלונג אין מיטן געשיכטע, ווען די חברה זענען געכאפט געווארן. עס איז דארטן דא פארשידענע יומן'ס פון געטו פירערס, פרום און נישט פרום.

עס איז פארהאנן א ספר 'עמק הבכא' מיט א רשימה פון אלע אידישע צרות בקצרה ביז ה' אלפים של"ה. אלס איז בקיצור ממש, אבער עס טוט ממש וויי צו זען ווי פיל מיר האבן געליטן.
דערמאנסט מיר אין דעם רירנדן בריוו פון יאסל ראקאווער ״בשעת די ווארשא געטא איז אויפגעגאנגען אין פלאמען״

יאָסל ראַקאָווער רעדט צו ג-ט - קאווע שטיבל

איך האב געהערט ס׳דא א מזרחי שוהל אין א״י וואו מ׳ליינט אויף הויך דעם בריוו אין ביהמ״ד צו דעמאנסטרירן אז מיר גלייבן אין א גאט וואס איז אלמעכטיג און ווערט נישט offended ווי א בשר ודם ווען זיינע קינדער האבן טענות צו אים, אדרבא ער וויל מיר זאלן אפנהארציג אויסדריקן אלע אונזערע געפילן!
 
אם בקידוש השם עסקינן, שלום אש האט געשריבן א ראמאן מיטן נאמן 'קידוש השם', וועגן די גזירות ת"ח ות"ט. מ'קען לאכן און וויינן.

איך האב עס געטראפן אויף עמעזאן, אבער דער PDF איז מסתמא אוועילעבל ערגעץ אויף די געוועב.
 
איך ווייס נישט אויב עס קומט דא, אבער פארוואס איז נישט גענוג אז מען נאכט יענעם נאר פאר א "וויוער"?
Exactly

איך בין נאך א גרינער מיט די סארט טעכנאלאגיע אבער איך מיין אז כ׳האב ענדליך געכאפט וויאזוי מ׳מאכט דאס. ס׳איז יעצט פריי פאר יעדן צו האבן צוטריט דערצו אָן רשות

פרק × - ×××××× ×©× ×צ×ק × ××× ×××¨×¡×§× ×שפ×ק××.pdf
 
שוין טאקע שפעט פאר תשעה באב, אבער איך האלט נאך אינמיטן ליינען 'אנא פראנק'ס טאג בוך' אויף אידיש, וואס כ'האב אנגעפאנגען אויף תשעה באב, מורא'דיג.
https://ia802805.us.archive.org/23/items/nybc209529/nybc209529.pdf
קרעדיט סטאוו יא פיטא אויף אייוועלט.
 
איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער אין ישיבות איז יעצט נישט בין הזמנים.

אין חסידישע אנטשטאלטן, ווי מ'לערנט אויס וויאזוי צו ווערן א געטרייע סאלדאט פאר די פארטיי, האט מען יעצט בין הזמנים.

אבער מיט ישיבות האט עס נישט. ווארט ביז נאך יוהכ"פ.
 
דאס איז א וויכטיגע נקודה וואס נישט יעדער איז aware
 
איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער אין ישיבות איז יעצט נישט בין הזמנים.

אין חסידישע אנטשטאלטן, ווי מ'לערנט אויס וויאזוי צו ווערן א געטרייע סאלדאט פאר די פארטיי, האט מען יעצט בין הזמנים.

אבער מיט ישיבות האט עס נישט. ווארט ביז נאך יוהכ"פ.
אין ישיבות וואס פירן זיך (מיט כמעט אלעס, נישט נאר מיטן קאלענדאר) פונקט ווי פאר 2, 3 און 400 יאר צוריק האט מען יעצט בין הזמנים. אין די ליטווישע תורה אקאדעמיעס* לערנט מען יעצט

*ח"ו צו רופן אזוי הייליגע מקומות תורה וואו אידן זיצן און לערנען, עס איז נאר געשריבן ברוח דיין זינלאזע שפראך כמובן
 
Back
Top