פארוואס איך האב ליב תשעה באב

פארבלאנדזשעט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 9, 2025
מעסעדזשעס
30
רעאקציע ראטע
175
פונקטן
28
רוב פון די יאר לעב איך און די רעש פון די וועלט.
איך ליין, לערן, ארבעט, טראכט, בקיצור איך בין פארנומען,

תשעה באב טוט עפעס מיט מיר, סמאכט מיר זיך אפשטעלן, צו טראכטן, צו באגעגענען א צושאסענע וועלט.
איך זיץ אויפן ערד איך געב אויך מיינע באקוועמליכקייטן…

פארוואס?
פארוואס האב איך אפגעלאזט אזוי פיל און מיט דעם טאג בין איך געבליבן?

סאיז דא א אמתדיגקייט און דעם טאג וואס איך האב פשוט ליב,
סלאזט מיך נישט שפילן ווי אלעס איז גוט,
סאיז דא א כלל אז די ערגסטע מחלה איז די איינרעדיניש אז מען פילט גוט, תשעה באב איז די פארקערטע סלאזט מיר נישט לעבן און דמיון.

דורך די יאר לעב איך אלץ און די הוה, תשעה באב לאזט מיך נישט, סצווינגט מיר צו געדענקן,

סאיז די טאג וואס איך שלעפ אויך א חלק פון די פארלוסטן פון מיין פאלק.

די חרבן בית השם.

גירוש ספרד.

די קרייצציגלער.

די שואה.


סאיז א מאדנע און הייליגע געפיל צו זיין א חלק פון היסטאריע, די צער פון מיינע עלטערן ווערט מיין צער פאר איין טאג.

איך רעספעקטיר תשעה באב ווייל סנעמט אוועק די גאנצע עולם ההרגש פון רעליגיע, נישט קיין זינגען, נישט קיין שמייכלן, ….

די איינציגסטע זאך וואס מען איז פארנומען איז די ריינע אמת, די וועלט איז צופליקט, כלל ישראל איז צובראכן, גאט איז ווייט,

סאיז מאדנע אבער דוקא און דעם מצב פיל איך נענטער צו גאט ווי סיי ווען דורך די יאר,
 
Back
Top