האט אונז דער באשעפער ליב?

כל הכבוד!!
שמייכלען צו גאט און זאגן 'אלץ קומט פון דיר טאטע' איז נישט קיין אמונה. סאיז א שפיל וואס האט זיך אנגעהויבן אין כתה א', און פארט ביז די סצענע פארמאכט זיך און מזאגט קל מלא רחמים.
עכטע אמונה מיינט אז א איד ווערט קלאר ביי זיך (דורך חקירה/תמימות/תפילה/צדיק/וכדו') אז גאט פירט אלעס, מיט אזא זיכערקייט, אז מען קען שוין שרייען אויף אים העי, דו באשעפער, וואט אר יו דואינג.
אויב ווען סאיז א שיינע וועטער, גייט מען שפאצירן און מזינגט מה רבו מעשיך טאטע איך דאנק דיר, מוז אויך זיין אז ווען סאיז א מיזרעבל וועטער, מיט רעגן און ווינטן, קען מען שרייען דו באשעפער וואס מאכסטו מיר דא נעסטי וועטערס.
Otherwise, it isn't emuna, it's a stupid game.
סא יא. די באשעפער איז אין אלעם שולדיג, אשריך אז דו ביזט עס משיג. רלע צרות מאכט ער, אלע גוטס מאכט ער, מען דארף אים זאגן שכח אויף די טובות, און שרייען אויף אים ווען סביטער.
און איינמאל מען ווייסט שוין אויף זיכער אז עכ איז שולדיג, איז א גוטע געלעגנהייט צו פרובירן הערן וואס ער ענטפערט. לייג צו אויער אין מח צו דיינע טענות און פרוביר צו ווערן כמו נביא. דער אויבערשטער איז גרייט דיכ מסביר צו זיין פארוואס ער טוט די אלע שטיקעס. הער אים נאר אויס, קוק וואס ער שרייבט אין זיין ספר, און וואס זיינע שלוחים וואס האבן גערעדט מיט אים שרייבן אין ספרי נביאים, און דו וועסט באקומען קלארקייט.
אבער אפילו אויב נישט, די ריינע אמונה איז הייליג און טייער. אחי חזק ואחוז עצמך.
אלץ א רעפערענץ צו דעם וואס דו שרייבסט , איז דא א פסוק אין מגילת איכה - מי זה אמר ותהי אדני לא צוה, מפי עליון לא תצא הרעות והטוב, זאגט רש״י פשט אז די צוויי פסוקים ליינט זיך אינאיינעם מי זה אמר, ווער איז דער וואס זאגט אז עס איז דא א געשעהניש וואס קומט נישט פון גאט,ער זאגט אדני לא צוה און ער זאגט מפי עליון לא תצא, דאס איז א טעות נאר וואס איז דער אמת?הרעות והטוב,ביידע די שלעכטע און די גוטע קומט נאר פון איהם .נאר צוזאגען -למה הרעות- ווי דו שרייבסט איז אויך נישט פשוט , משה האט דאך געליטען פארדעם און געכאפט א פסק פון חבל על דאבדין ולא משתכחין .
 
אלץ די סיבה אליין אז משה האט געליטען פאר דעם מאכט אים נישט ראנג ! מ'ווערט נישט גערעכט ווען מען האט די כוח צו מעניש זיין .
די דיסקאשען איז לעצם הענין .
יעצט די באשעפערס חשבונות קען מען סיי ווי נישט וויסען עד הסוף . אבער מ'מעג פרעגען און פרובירען צו פיגערען. די רגע מען טאר גארנישט פרעגען ווערט מען אזוי ווי א ראובאט .
ס'איז א חלק פון די מציאות פון לעבען צו פרעגען און צו וועלען פארשטיין . און מען מעג פרעגען לגבי גאט אויך .
אזוי ווי מען זעהן ביי אברהם ביי משה ביי דוד און אזוי ווייטער .
נישט פרעגען מאכט נישט מער הייליג ...
 
אינטערעסאנט ווי אזוי סאך ניצען דעם פסוק אלץ א ראיה פאר די פאקערטע פון וואס די פסוק זאגט באמת .
דאס ווייזט וויפעל אחרונישע ספרים זענען פיהל מיט שטותים און דמיונות .
 
אלץ די סיבה אליין אז משה האט געליטען פאר דעם מאכט אים נישט ראנג ! מ'ווערט נישט גערעכט ווען מען האט די כוח צו מעניש זיין .
די דיסקאשען איז לעצם הענין .
יעצט די באשעפערס חשבונות קען מען סיי ווי נישט וויסען עד הסוף . אבער מ'מעג פרעגען און פרובירען צו פיגערען. די רגע מען טאר גארנישט פרעגען ווערט מען אזוי ווי א ראובאט .
ס'איז א חלק פון די מציאות פון לעבען צו פרעגען און צו וועלען פארשטיין . און מען מעג פרעגען לגבי גאט אויך .
אזוי ווי מען זעהן ביי אברהם ביי משה ביי דוד און אזוי ווייטער .
נישט פרעגען מאכט נישט מער הייליג ...
פרעגען מעג מען און מען דארף זיין גערישט צו בלייבען מיט די קושיא , נישט יעדע קושיא טרעפט מען א יישוב,
עס ווענדט זיך וואס דער טאון איז , ווי איינער וואס האט געזאגט אויף זיין שכן ראובן אז ער איז א ממזר, עס ווערט א דין תורה מאכסט א פגם משפחה , און מען פסקנ׳ט ער דארף אויס רופען בפני קהל ועדה אז דער איז נישט א ממזר, שטעלט ער זיך אויך און ער זאגט ,
ראובן איז נישט קיין ממזר? שלעפט ער איהם נאכאמאהל צום
בית דין ,וואס האסטו געטהון ,ענטפערט ער ,נו,זינגען קען איך נישט . דא ביי משה איז משמע אז דער למה הרעות איז נישט געוועהן מיט די ריכטיגע טאון , עס איז דאך געוועהן א הקפדה מען האט איהם געזאגט,עתה תראה ולא במלחמת ל״א מלכים .
 
אקעי. לאמיר זיך ארויפשארן די ארבעל...

1​

דער באשעפער האט אונז געגעבן באגריפן וואס פעלן בכלל נישט אויס פאר די טרוקענע קיום העולם. נעם למשל די מושג פון קונסט, שיינקייט און די נאטור. פאר א בהמה פעלט דאס אינגאנצן נישט אויס; זי זוכט צו עסן און שלאפן און פאר איר פעךט באמת נישט מער, אבער פארן מענטש וואס האט געפילן מיט Consciousness האט גאט צוגעשטעלט א טעם און א געשמאק. ווען א מענטש זעט הערליכע נאטור ווערט ער פארגאפט – פארוואס? ווייל גאט האט מיט א ריינע חסד געוואלט מיר זאלן האבן א טעם אין שיינקייט. אזוי אויך האט ער באשאפן א טעם אין עסן, א טעם אין סעקס צו זיין מיט א פרוי, באשאפן צירונג און פערפום כדי לחבבה על בעלה. ער וואלט געקענט מאכן די וועלט טרוקן ווי א ראסטיגע שטיקל אייזן, אבער אנשטאט דעם האט ער אונז געגעבן געפילן צו שטיפן און א געשמאק צו טון וואס מיר ווילן און וואס דארפן. און די זעלבע איז מיט פארקערטע געפילן ווי פחד שרעק אויפגערעגטקייט, באשאפן די חושים אונז צו באשיצן פון סיי וועכע געפאר.
איך קען נישט פינקטלעך כאפן וואס דו ווילסט דא ארויס ברענגען. אויב ווילסטו מיט דעם פארענטפערן "ווי אזוי קען זיין אז דער באשעפער איז גוט ווען עס איז דא אזויפיל שלעכטס?" זעה איך נישט ווי אזוי שלעכטס ווערט פארענטפערט מיטן ווייזן צו שיינע זאכן וואס פעלן נישט אויס. די שלעכטס ווערט נישט קלענער אדער גרעסער ווען עס איז דא אנדערע גוטס.

ווי איך פארשטיי מיינסטו ענדערשער דאס צו ניצן פאר א ראי' אז "עס מוז זיין אז דער באשעפער איז גוט, ווייל אויב נישט וואס האט אים אויסגעפעלט צו מאכן די אלע גוטע זאכן וואס פעלט נישט אויס?" און ממילא איינמאל אונז ווייסן שוין פאר א פאקט אז ער מוז זיין גוט, דאן האבן מיר שוין א סיבה צו זאגן ווען עס איז נישט גוט, אז עס מוז זיין אז עס איז באמת יא גוט. וויבאלד אונז האבן שוין געפראווט אז דער באשעפער מוז זיין א גוטער, קען נישט זיין אז ער זאל טאן שלעכטס.

אבער די פראבלעם איז, אז עוועלוציע איז אלעס מסביר. גארנישט איז נישט איבריג, און יעדע זאך האט א סיבה פארוואס עס איז אזוי.
וען א מענטש זעט הערליכע נאטור ווערט ער פארגאפט – פארוואס?
ווייל ווען א בעל חי ווערט באיינדרוקט פון נאטור, געט דאס אים די שטופ צו גיין עקספלארן די וועלט און אנקומען צו פלעצער ווי ער וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען אן דעם. און דאס העלפט פאר א בעל חי צו באקומען בעסערע ריסארסעס צו לעבן ווייטער און בעסער ווי אנדער בעלי חיים.
א טעם אין עסן
פשוט. עס איז נישט קיין ראקעט סייענס אז ווען מען ווערט נישט מאטאווירט דורך עפעס צו עסן און מען עסט נישט, וועט נישט נעמען צו לאנג אז עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון די בעל חי. נאר בעלי חיים וואס האבן א טעם און א סיבה צו עסן וועלן באקומען די נויטיגע נוטריענס צו קענען ווייטער אנגיין.
א טעם אין סעקס צו זיין מיט א פרוי
ווייטער, כדי זיך צו קענען ריפראדוצירן און ווייטער פארברייטערן די פאפולאציע פון א געוויסע בעל חי, דארף זיין א דרייווער וואס וועט געבן די שטופ צו טון די פעולה וואס וועט דאס צוברענגען.
באשאפן צירונג און פערפום כדי לחבבה על בעלה
ער האט נישט באשאפן קיין איינע פון די. ביידע זענען זאכן וואס די מענטשהייט האט געמאכט איינמאל זיי האבן שוין געהאט געוויסע הנאות, האבן זיי צוזאמגעשטעלט זאכן וואס וועט זיי ברענגען די הנאות.

וכו' וכו'

אפי' אויב דו גלייבסט נישט אין עוועלוציע איז דא נאך א פראבלעם. עס איז דא פונקט אזוי סאך שלעכטע זאכן וואס פעלן נישט אויס, ווי גוטע זאכן וואס פעלן נישט אויס... ממילא קען א מענטש מאכן די זעלבע ארגומענט אויף פארקערט:

דער באשעפער האט אונז געגעבן שלעכטקייטן וואס פעלן בכלל נישט אויס פאר די טרוקענע קיום העולם. נעם למשל די "loa loa אויגן ווארעם" וואס די אייציגסטע זאך וואס ער טוט דא אויפן וועלט איז, אריינגראבן אין די אויגן פון קליינע קינדער און זיין גורם זיין אומבאשרייבליכע יסורים. פאר קיינעם פעלט דאס אינגאנצן נישט אויס. פארן מענטש וואס האט געפילן מיט Consciousness האט גאט צוגעשטעלט אזאלעכע יסורים אומזיסט. ווען א מענטש באקומט לוקימיע ווערט ער חרוב קראנק מיט יסורים נוראים ביז ער שטארבט א פייפולע טויט – פארוואס? ווייל גאט האט מיט א ריינע שלעכטקייט געוואלט מיר זאלן נאר האבן שלעכטס אויף דער וועלט. אזוי אויך האט ער באשאפן Guinea Worm וואס קריכט אריין אין א מענטש ווען ער איז קליין און וואקסט אין די מענטש ביז א לענג פון דריי פיס, און דערנאך מאכט ער א לאך אין די פיס פונעם מענטש און קריכט ארויס, בשעס די מענטש גייט אויס מיט פעין וואס קען נישט באשריבן ווערן. אדער Osteosarcoma וואס איז א ביין קענסער וואס קען געשעהן צו א בעיבי ווען עס איז נאך אין די מאמע. ער וואלט געקענט מאכן די וועלט גרינג און פשוט צו לעבן, ער האט פונקט אזוי געקענט מאכן אז אנשטאט כדי צו לעבן זאלן בעלי חיים זיך אגרעסיוו דארפן אויפעסן איינע דעם צווייטן זאלן זיי באקומען ענערגיע דורך זייער הויט פון די זון אזוי ווי בלעטלעך, אבער אנשטאט דעם האט ער אונז געגעבן א שרעקליכע פיינפולע וועלט.

ממילא קען איינער פונקט אזוי אננעמען אז גאט איז א שלעכטער (און זאגן אז די גוטס וואס מען זעהט "האט זיך זיינע סיבות וואס מיר ווייסן נישט" פארוואס עס איז באמת שלעכט...) מיט די זעלבע לאגיק מיט וואס דו נעמסט אן אז ער איז גוט.

2​

און דאס איז שוין חוץ די מורא'דיגע חסדים וואס מיר זעען די ווי גאט האט אריינגעלייגט אום די וועלט כוחות צו זיך צו גרינגער מאכן אינעם מענטש דעם שכל צו אנטוויקלען טעכנאלאגיע און מעדיצין, מיר זאלן זיין א שותף אין ענדיגן די וועלט-באשאף לטובת די מענטשהייט.
דאס איז שוין אבסורד... אויב איז קראנקהייטן באמת א גוטע זאך, דאן ווי אזוי איז מעדעצין וואס נעמט אוועק די קראנקהייטן אויך א גוטע זאך? אויב איז קרענקהייט א שלעכטע זאך, דאן וואו איז דער גוטער באשעפער מיט די מעדעצין געווען די לעצטע פיר טויזנט יאר ווען עס איז נישט געווען קיין מעדעצין?

בכלל, ווען איך גיי צו א מענטש מיט א מעסער, און איך צופליק אים, סגיסט בלוט פון אלע זייטן און די מענטש מאכט קולות פון יסורים, אבער נאכדעם גיב איך אים א באנדאדזש... בין איך א גוטער?...

3​

יעצט, ווען מ'קומט צו די נושא פון יסורים, דארף מען מאכן א קלארן סדר. ס'איז דא עכטע, פראקטישע ווייטאג וואס דאס איז באמת "Pure Love" – ריינע ליבשאפט פונעם באשעפער. ס'איז א פשוט'ע אלארעם סיסטעם! אן דעם ווייטאג וואלט א מענטש זיך אריינגעזעצט אין פייער און נישט געוואוסט, אדער ארומגעגאנגען קראנק און פשוט אומגעפאלן אויפן גאס ווייל ער וואלט נישט געוואוסט אז מען דארף גיין צום דאקטער. אפילו די שוועריגקייטן פון א פרוי ביי א געבורט, ווי זי ווערט א גאנצע פאבריק מיט אלע פלאג, איז אויסגעשטעלט אז זי האט א מאן און משפחה זאלן איר קומען צו הילף. א בהמה דארף נישט קיין ספעציעלע ליבשאפט ווען זי קעלבט זיך, אבער וויבאלד דער מענטש האט באוואוסטזיין (Consciousness) וואס מאכט דעם פיזישן ווייטאג שטערקער, האט גאט אויסגעשטעלט מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן.
קודם האט דאס די פריערדיגע פראבלעם פון מאכן א פראבלעם און דערנאך מאכן אן אלארם צו די סכנה. מאך נישט די סכנה, וועסטו נישט דארפן מאכן קיין אלארם...

אבער חוץ פון דעם, אויב די סיטעם איז אזוי פערפעקט, און די גאנצע פעין איז נאר דיזיינט געווארן פון לאוו אונז צו ווארענען, דאן פארוואס איז דא אזויפיל סכנות און און קרענק (ווי למשל קארבן מנאקסייד פויזענינג און געוויסע Stage 4 cancer) וואס זענען "Silent Killers" און זיי געבן נישט קיין שום פעין סיגנאל ביז עס איז שוין צו שפעיט צו טאן עפעס? (פארשטייט זיך אז מען גייט נישט אוועק מיט קיין גרינגע טויט... פיין איז דא יסורים... נאר צו שפעט ווען מען קען שוין גארנישט טון...)

די "אלארם סיסטעם" איז היבש אפט צובראכן...

4​

אוודאי זענען דא מחלות, ל"ע אבער לאמיר אריינקוקן אין די ציפערן. פון די אכט ביליאן מענטשן אויפן קוגל, זענען 85% געזונט! אין די איבעריגע 15% זענען אריינגערעכנט אלע סארט לימיטעישענס – דאון-סינדראם, אטיזם און אלעס אינצווישן. סך הכל טוט דער באשעפער א גאנץ פיינע דזשאב אונז צו האלטן געזונט.
אויב איז דא א דאקטער וואס ראטעוועט 85 פאציענטן, אבער אין די זעלבע צייט פייניגט ער און רייסט שטיקער פון אנדערע 15 מענטשן אומזיסט, וואלט איך אים גערופן א מאנסטער, זיכער נישט קיין לאווער.

(בכלל האף איך אז דו כאפסט וואס דו מאכסט דא אוועק... 15 פראצענט פון אכט ביליאן מענטשן איז 1.2 ביליאן מענטשן! וואס ליידן פון קראנקהייטן און צרות. (פארשטייט זיך נישט אריינגערעכנט די ביליאנען אין אפריקע און אין אנדערע דריטע וועלט לענדער וואס דארפן זיך פייניגן צו באקומען אביסל שמוציגע וואסער))

5​

וען ס'קומט צו פרנסה קלעמענישן, קען מען זיכער צעטיילן צווישן אונז אידן און די אומות העולם (קען זיין כ'גיי באקומען פעטש פארן זאגן, אבער הו קעירס?). ס'זעט קלאר אויס אז יעקב אבינו'ס גנב'ענען די ברכות ארבעט א מחי'. א שפאנישע אמיגא ארבעטער אין מיין לאקאלן סופערמארקעט – א קלוגער גוי – פרעגט מיך איין טאג: "וויאזוי האבן עטס אידן אלעמאל געלט?" מיר האבן ברוך השם א ספעציעלע ברכה און השגחה.
דאס פארגעסט אוודאי פון די טויזענטער יארן וואס אידן זענען געווארן דעפענירט דורך זייער עקסטרעמע ארעמקייט און נאכגעלאזקייט. מען ניצט א סערווייווער בייעס צו פארגעסן פון די געטויס ווי די אידן האבן געלעבט (איך רעד נישט פון די שואה) און פון די הונדערטע גרישים און וואנדערנישן וואס די אידן זענען אדורך.

פאר מערסטנס פון די צייט פון די לעצטע צוויי טויזנט יאר איז די "ברכה" נישט געווען צום געפונען...

6​

אבער דא קומט מען צו די עכטע פראבלעם, פארוואס אזויפיל מענטשן שרייען אז די וועלט איז א מיאוס'ע און שווערע ארט. רוב פון די ווייטאג וואס מענטשן ליידן היינט – דאס רוב יסורים – קומט פשוט ווייל מיר ברענגען עס אליין ארויף אויף אונזערע קעפ! דער באשעפער האט אונז געגעבן אן אומגלויבליכן געצייג: בחירה. אונז האבן מיר צוגעשטעלטע געצייג, געפילן און א קערפער וואס ארבעט פערפעקט ווייל גאט האט דאס אזוי דעזיינט. אבער מענטשן נעמען דעם כח הבחירה און טוען וואס פאסט זיי, אן כאפן אז דאס נוצן די טולס קעגן זייער נאטור וועט צינדן אן אלארעם. גאט האט באשאפן דעם "טריגער" אז ס'זאל דיר וויי טון צו זאגן "העי, דו טוסט עפעס ראנג". אבער מענוטשן ווילן טון וואס מ'וויל, אבער זיי ווילן פשוט נישט שפירן דעם קלאפ און דעם פעין דערנאך! שלמה זאגט האלקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים, דער באשעפער האט אונז געמאכט גראד פונקציאנירנד, אבער מענשטן קריכן מיט קרומע חשבונות.

דאס איז נישט מסביר נאטורלעכע קאטאסטראפעס און שלעכטס. בחירה איז נישט דאס וואס האט גורם געווען די 2004 צינאמי אין יאפאן וואס האט געהארגעט 230,000 מענטשן (אריינגערעכנט צענדליגע טויזענטע פיצלעך) מיט א מיתה משונה. קיין שום וועג אפעקטירט נישט בחירה קיין Insomnia ווי א מענטש פארלירט פשוט זיין מעגליכקייט צו שלאפן. קיין שום פילס אדער איינשפריץ העלפט נישט. זיי זענען פאר חדשים אין א פיינפולע לעבן וואו זיי האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט, הלוסענאציעס, שווערע פיזישע אין גייסטישע יסורים פאר אכט ביז צוועלעף חדשים, ביז זייער גוף געבט אויף און שטארבט פון פיין. עס איז א גענעטישע מחלה, גארנישט מיט בחירה. און אזוי נאך טויזענטער אנדערע מחלות.

די ניין מיליאן מענטשן וואס שטארבן יעדע יאר פון הינגער און דארשט האבן דאס קיינמאל נישט אויסגעוועלט, און קיינער האט דאס נישט אויסגעוועלט פאר זיי.
 
אלץ א רעפערענץ צו דעם וואס דו שרייבסט , איז דא א פסוק אין מגילת איכה - מי זה אמר ותהי אדני לא צוה, מפי עליון לא תצא הרעות והטוב, זאגט רש״י פשט אז די צוויי פסוקים ליינט זיך אינאיינעם מי זה אמר, ווער איז דער וואס זאגט אז עס איז דא א געשעהניש וואס קומט נישט פון גאט,ער זאגט אדני לא צוה און ער זאגט מפי עליון לא תצא, דאס איז א טעות נאר וואס איז דער אמת?הרעות והטוב,ביידע די שלעכטע און די גוטע קומט נאר פון איהם .נאר צוזאגען -למה הרעות- ווי דו שרייבסט איז אויך נישט פשוט , משה האט דאך געליטען פארדעם און געכאפט א פסק פון חבל על דאבדין ולא משתכחין .
ריכטיג. און דאס איז א נייע מצוה פון תמים תהיה נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף השי''ת.
אבער עס איז נאר נאך אמונה. איינמאל מען גלייבט, אז אלס איז 'מאתו', קעןמען האבן תמימות. דאס קען מיינען 'די עבירות פון ר''ר אלימלך וואס ראפשיצע רב האט געכאפט ביי תשליך', אז ביי איינעם איז א חסרון איז ביי א צווייטן א מדריגה. משה רבינו האט נישט געטארט פרעגן, אבער אונז, הלואי מען זאל גלייבן אז אלעס איז ער און האבן קשיות אויף זיין הנהגה.
 
לחיים 😜 העמער זעען דיין דרשה שפעטער,
 
זאגען אז די מציאות אויף די וועלט איז לויטער גוט'ס בפשטות , דאס איז קאפ אין וואנט ... נישט רעאליטעט , די אישו איז וויזוי צו מסביר זיין די שלעכטס אז ס'איז פאר א גוטע ציל .
אבער דא אויך ברויך עס שטיין אויף שטארקע יסודות נישט בויך סברות .

ס'דא אויף דעי ענין א גאנצע ספר איוב .
על כל פנים ס'איז אסאך גרינגער עס צו מסביר זיין ווען יענער איז אויף צרות ... אויף די אייגענע צרות איז אביסל שווערער צו מסביר זיין .
און פון די צווייטע זייט טאמער ס'געלונגט איינעם צו מסביר זיין די ענין גוט אסאך מאל שפירט עס שוין ווייניגער מיט יענעם'ס צרות .. ווייל ס'דאך לטובה ... סאו ס'איז אביסל א קעטש 22 .
 
לפי דעתי, אז מען רעדט צו א צווייטען אין א צרה איז בכלל נישט פאסיג צו זאגען אז עס איז לטובה מען דארף זיך משתתף זיין בצערו און העלפען אז מען קען און אויב
נישט איז שתיקה יפה,- גם זו לטובה איז געמאכט פאר אן אייגענע צרה שלא תבא קען מען עס זאגען , זיך צו געבן חיזוק און אמונה.
 
ריכטיג. און דאס איז א נייע מצוה פון תמים תהיה נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף השי''ת.
אבער עס איז נאר נאך אמונה. איינמאל מען גלייבט, אז אלס איז 'מאתו', קעןמען האבן תמימות. דאס קען מיינען 'די עבירות פון ר''ר אלימלך וואס ראפשיצע רב האט געכאפט ביי תשליך', אז ביי איינעם איז א חסרון איז ביי א צווייטן א מדריגה. משה רבינו האט נישט געטארט פרעגן, אבער אונז, הלואי מען זאל גלייבן אז אלעס איז ער און האבן קשיות אויף זיין הנהגה.
יא, אזוי איז עס, עס איז דא די מצוה פון תמים תהיה און מען פרעגט נישט קושיות, ווי רש״י זאגט דארט התהלך עמו בתמימות, מיין הערה איז געוועהן אז איינער פרעגט יא,
זאל ער זיין גרייט אז ער וועט נישט טרעפן א צופריעדענשטעלנדער תירוץ,מען בלייבט מיט א סך קושיות . לגבי די עבירות פון רבי אלימלך ליזענסקער
איז כדאי אהנצוצייכענן וואס דער דברי חיים ברענגט אז
דער רבי אלימלך האט זיך אריינגעלייגט די הענט אין פייער זיך צו פארבריען צו האבען א כפרה אויף וואס ער האט געקלאפט אויף די ברוסטען פון זיין מוטער ווען זי האט איהם געזייגט טאטאל למעלה מהשגה .
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top