האט אונז דער באשעפער ליב?

דו ביזט א טאטע פון קינדער?

אויב יא, דו געבסט זיי אלעס נאך?

נישט קיין חילוק וואס זיי בעטען ?

וואס איז אויב א קינד איז ל"ע ול"ע נישט געזונט, און מען דארף איהם אפערירן, צו ראטעווען זיין לעבן, און ער שרייט ניין ווייל עס טוהט מיר וויי, דאס איז עס? מאכט מען נישט דער אפעראציע?

מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער ס דרכים.

א קליין משל, איך זאג נישט אז אזוי איז ביי אלע אבער א משל

א מענטש הרג'ט א צוויטען, קומט איהם טויט שטראף. ווי איז אויב ער הרג'ט צוויי מענטשען אדער 10 מענטשען, מען קען דאך נאר הרגנן א מענטש איין מאהל, שיקט מען איהם צוריק און דא ווערט ער געהרגט לע אדער גייט אוועק אינג לע

די זעלבע איז מיט די עלטערן, אפשר האבען זיי געטוהן עפעס וואס עס איז זיך זיי געקומען א צער.

די גאנצע זאך איז באמת א חסד, אנשאאט די נשמה זאהל אין גאנצען פארפאלען ווערען באקומט ער א פארציע אויף דער וועלט און אויבן וועט איהם זיין גוט, מען וועט נאך פרעגען פארוואס האט מין נישט געגבען נאך

ביי די עשרה הריגת מלכות שטייט אז די מלאכים האבען געפרעגט... זו תורה וזו סחורה? (אזוי ווי דו)

האט דער באשעפכר גענטפערט
אויב הער איך נאך א ווארט
אחזיר את העולם לתוהו ובוהו,
נאך א א ווארט דריי איך איבער די וועלט
פרעגט מען (אזוי ווי דו) וואס פאר א תירץ איז דאס?

א משל א פריץ האט געהאט א מושקע א שניידער, און מען האט געוויסט אז ער איז זייער עהרליך און ארענטליך. דער פריץ לאזט איהם רופען און גיבט איהם פיהל מיט טייערע סחורה פון זיידען און אפי פעדימער פון גאלד און בעהט אז ער זאהל איהם אויפנייען א אנטסוט.

דער פריץ האט דאך אבער געהאט יועצים אנטיסעמיטן וואס האבען גהאלטען אין איין זאגען דעם פריץ אז מושקע איז א גנב

נאך ער האט גע-ענדיגט און ער האט עס געברענגט צום פריץ איז עס טאקע געוועהן הערליך און דער פריץ האט איהם גענומען שמייסען און שרייען גנב גיב ארויס דו געגנבטע סחורה און ער שרייט איך האב נישט געגנבט.

שמייסט ער ווייטער איז זעה אז עס פעלט סחורה

נעמט דער איד א שערעל און פאנגט אן צו צושניידען דעם אנסוט.

שרייט דער פריץ וואס טוסטו?

זאגט ער כדי דיר צו ווייזען אז איך האב אלעס גענוצט און נישט געגנבט דארף איך צושניידען דעם אנסוט.

זאגט דער באשעפער כדי צו פארשטיין מוז מען איבערדרייען די וועלט און נאך אמאהל אנפאנגען און איך וועל דיר ווייזען פונקטליך אז עס שטימט און עס איז אלעס חסד

מען זאגט נאך פון'ם בעל התניא ז"ל אז ווען משיח וועט קומין וועט מין זיך בענקען נאך א שטיקל גלות

נ.ב. איך רעד פון עקפיריענס
מען זאגט פון רוזי׳נער אז הקב״ה כביכול וועט זיך בענקען בימי משיח אויף א פשוט׳ע עבודה פון א ייד אין גלות ווען אלעס איז בהסתרה
ונזכה ונחיה ונראה
 
פון וואנעט ווייסטו אז די נמשל איז גלייך צו די משל?
 
מען זאגט פון רוזי׳נער אז הקב״ה כביכול וועט זיך בענקען בימי משיח אויף א פשוט׳ע עבודה פון א ייד אין גלות ווען אלעס איז בהסתרה
ונזכה ונחיה ונראה
שטייט אין מדרש, תשורי מראש אמנה, אז ביי די גאולה וועט מען גיין אויף א בארג 'אמנה' און מ'וועט צוריקוקן צום גלות, און זיך בעטן ביים אויבערשטן ער זאל אונז נאך געבן איינמאל די געלעגנהייט אים צו דינען א 'גלות'דיגע עבודה מיט אלע שוועריקייטן ארום, ווייל דעמאלטס צו דינען דעם אויבערשטן וועט שוין נישט זיין אינטערעסאנט, ס'וועט שוין סייווי זיין ומלאה הארץ דעה את ד'.
 
ס'איז א ווארט פון בעלזע רב געבויעט אויף א מדרש.
 
דו ביזט א טאטע פון קינדער?

אויב יא, דו געבסט זיי אלעס נאך? נישט קיין חילוק וואס זיי בעטן?

וואס איז אויב א קינד איז ל"ע ול"ע נישט געזונט, און מען דארף אים אפערירן צו ראטעווען זיין לעבן, און ער שרייט ניין ווייל עס טוט מיר וויי, דאס איז עס? מאכט מען נישט די אפעראציע?

מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים.
הרב פאלאצ'ינטא, האסט שוין געליינט אלעס ביז אהער?
דיין שיינער תירוץ, וועלכע מען איז אונז כסדר "מסביר", איז שוין געווארן אפגעפרעגט אז דער באשעפער איז א כל יכול, דער טאטע האט טאקע נישט קיין ברירה מיט די זונ'ס אפעראציע, אבער דער כל יכול האט יא.
 
טויזענטער יארן זענען אידן אויסגע'רצח'עט געווארן פאר זייער איינציגע זינד ווייל זיי זענען גאט'ס פאלק, און גאט האט דאס אלעס צוגעלאזט. כלל ישראל האט איינגעהאלטן זייער צד, עכ"פ וויפיל א בשר ודם קען איינהאלטן. אבער דער באשעפער איז א כל יכול, ער האט נישט איינגעהאלטן זיין זייט! ממילא מיין איך אז טאמער איינער דארף תשובה טאן, דארף דער באשעפער תשובה טאן!
האסט צוגעטראפן! ביי די גאולה שלימה וועט דער רבש"ע אונז איבערבעטן פאר די אלע צרות וואס מיר זענען אדורך.

רש"י הק' בפרשת האזינו:

וכפר אדמתו עמו. ויפייס אדמתו ועמו על הצרות שעברו עליהם שעשה להם האויב. וכפר לשון רצוי ופיוס, כמו אכפרה פניו, אנחיניה לרוגזיה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
למה תאמר יעקב ותדבר ישראל
נסתרה דרכי מה' ומאלקי משפטי יעבור

ישעיה זאגט, אז אזוי ווי די וועלט פירט זיך איז שטארק עולה על הדעת אז קיינער קוקט זיך נישט אום דערויף און די הנהגה איז שלא ביושר,
ער פירט אויס צו די ענדע, וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים, ער זאגט צו גוטע זאכן, אבער אויף די הווה בלייבט מען נסתרה דרכי מה'.
 
אין אלע דורות, יעדעס מאל פאר משיח איז געקומען, זענען געווען תקופות וואס זענען נישט געווען גרינג.
 
לעצט רעדאגירט:
אין אלע דורות, יעדעס מאל פאר משיח איז געקומען, זענען געווען תקופות וואס זענען נישט געווען גרינג.
ברויך מען זעהן אפצומאכן מיט דעם משיח אדער קומט ער תיכף ומיד אדער זאל ער אויפהערן משוגע מאכן דעם עולם אז אט אט קומט ער און אין די זעלבע צייט זאלן אונז זיין אינטער דרוק
 
פון נאכן שואה איז מער נישט שייך צו זאגן אז גאט האט אונז ליב.
איך הער דיין ווייטאג
איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער איך גלייב צווישן 20 אין 30 מקסימום
איך גלייב אז האסט א געזונטע טאטע מאמע ברידערס אין שוועסטערס
אפשר גאר חתונה געהאט מיט א קינד
וואס ביסטו אזוי אונגעווייטאגט אויפן באשעפער ווייס איך נישט
אבער איין זאך קען איך דיר זאגן אז די איבערגעלעבענע פין די שואה וואס האבן פארלוירן אללעס אבער אללעס
טאטע מאמע ברידער שוועסטער זיידע באבע ווייב אין קינדער האבן זיך נישט אויסגעדריקט אזוי ווי דיר מיט איין סענטענס גאט האט אונז נישט ליעב זיי האבן געלאזט א טרער.
גיי אויף הילף
 
פון נאכן שואה איז מער נישט שייך צו זאגן אז גאט האט אונז ליב.
די שואה איז זייער שווער מקבל צו זיין, און עס עסט אויף דאס הארץ פון יעדן איד וואס טראכט אריין וואס האט פאסירט. און נישט נאר אויף גאט קען מען האבן א הרהור, נאר נאך מער צו די מענטשהייט בכלליות, ווייל די וועלט איז דאך עולם כמנהגו נוהג מיט א סך הסתרה (קושיא לאלקינו?).

אבער עס איז נאך מער פעינפול צו עקסעפטן: וואו איז געווען די וועלט? וואו זענען געווען די אליאירטע כוחות מיט אמעריקע, וואס האבן זיך מעלים עין געווען? וואו מען נעמט צוזאם מענטשן — גאנצע פאמיליעס: אנשים, נשים וטף — מען שלעפט זיי ארויס פון זייערע הייזער און מען פירט זיי אין געטאס, און נאכדעם צום טויט? הישמע כזאת? סתם ציווילע, אומשולדיגע מענטשן, און מען טראגט זיי צו די שחיטה אין די מיליאנען — ווי האט געקענט זיין אזא זאך?
און עס איז נישט קיין ספק אז די אומות האבן געוואוסט, און זיי האבן געעקט ווי זיי זענען אומוויסנד; די קושיא איז מרפסין איגרא!

פון די אנדערע זייט, דאס מציאות ווי שנעל די אידן האבן זיך צוריקגעכאפט און אויפגעשטעלט דורות לתהלה אין די תפוצות, און די ישיבות אין ארץ ישראל וואס איז נישט געווען כמותם מימות נהרדעא, און אוודאי דארף מען זען השגחה אויך אין די הויה פון מדינת ישראל (וואס רוב גדולי ישראל האלטן אזוי) — זענען די אלע געשעענישן פלאי פלאות פון אדון עולם.
 
די שואה איז זייער שווער מקבל צוזיין און עס עסט אויף די הארץ פון יעדע ייד וואס טראכט אריין, וואס האט פאסירט, און נישט נאר אויף גאט קען מען האבען א הרהור, נאר נאכמער צו די מענטשהייט בכלליות , ווייל דער וועלט איז דאך עולם כמנהגו נוהג , מיט א סך הסתרה, ( קושיא לאלהינו ?)אבער עס איז נאך מער פעינפול צו עקסעפטען ווי איז געוועהן די וועלט ? ווי זענען געוועהן די אליאירטע כוחות מיט אמריקא וואס האבען זיך מעלים עין געוועהן?ווי מען נעמט צוזאם מעטשען - גאנצע פאמיליעס אנשים נשים וטף מען שלנפט זיי ארויס פון זייערע הייזער און מען פירט זיי אין געטא׳ס און נאכדעם צו דער טויט? ,הישמע כזאת סתם ציווילע אומשולדיגע מענטשען, און מען טראגט זיי צו די שחיטה אין די מיליאנען, ווי האט געקענט זיין אזא זאך? און עס איז נישט קיין ספק אז די אומות האבען געוואוסט, און זיי האבען געעקט ווי זיי זענען אומוויסענד, די קושיא איז מרפסן איגרי, פון די אנדערע זייט דאס מציאות ווי שנעל די יידן האבען זיך צוריק געכאפט און אופגעשטעלט דורות לתהלה אין די תפוצות, און די ישיבות אין ארץ ישראל וואס איז נישט געוועהן כמותם מימות נהרדעא , און א וודאי דארף מען זעהן השגחה אויך אין די הויה פון מדינת ישראל ( וואס רוב גדולי ישראל האלטען אזוי ) זענען די אלע געשעהנישען פלאי
פלאות פון אדון עולם .
די פעלקער האבן נאר געוויסט די לעצטע יאר פונעם שואה ביז דעמאלטס האבן די נאציס ימח שמם עס גאר און ערפאלגרייך באהאלטן ר"ל
 
ס'איז א אינטערעסאנטע נאטור. ס'דא מענטשן וואס וועלן זייער שנעל מצדיק זיין את הדין אויף יענעם'ס צרות... אבער ווען א שווערע צרה באטרעפט זיי פלוצלינג זעהען זיי עס אין א אנדערע ליכט.

ס'איז פשוט ווייל זיי ווילן בלייבן אויף די גוטע זייט פון גאט, ווייל זיי קוקן אויף גאט בעיקר ווי א שטארקע קעניג וואס קען טיילן פראסקעס אויף יעדע קלייניגקייט. ממילא טאמער ס'געשעהט עפעס שלעכט צו א צווייטן טראכטן זיי גלייך אז מסתם איז יענער זיך ווערד זיין געלט... און געבן גלייך גערעכט פאר גאט ווייל זיי האבן מורא אז גאט וועט זיי שמייסן טאמער זיי טראכטן אנדערש.

אין אנדערע ווערטער, זיי פרובירן צו משחד זיין גאט דורך מצדיק זיין יענעם'ס צרות.

די זאך איז נאר, אז גאט נעמט נישט קיין שוחד.. און גאט איז מער אינטערעסירט מען זאל מיטפילן און פרובירן העלפן א צווייטן וואס האט צער, און גאט איז גענוג גרויס צו קענען פארנעמען ווען איינער שרייט "למה הרעותה לעם הזה" אדער "השופט כל הארץ לא יעשה משפט", משה רבינו מיט אברהם אבינו האבן פרובירט זיך צו אננעמען פאר מענטשן, נישט פרובירט צו משחד זיין גאט.
 
איך ווייס נישט אויב ער האט אונז מער ליב ווי די מוסלומענער אדער קריסטן, אבער די לעצטע פאר טויזענט יאר האט ער זייער אינטערסאנט פין ארויסגעבן ליבשאפט
 
ס'איז א אינטערעסאנטע נאטור . ס'דא מענטשען וואס וועלען זייער שנעל מצדיק זיין את הדין אויף יענעם'ס צרות ... אבער ווען א שווערע צרה באטרעפט זיי פליצלונג זעהען זיי עס אין א אנדערע ליכט .
ס'איז פשוט ווייל זיי ווילען בלייבען אויף די גוטע זייט פון גאט ווייל זיי קוקען אויף גאט בעיקר ווי שטארקע קעניג וואס קען טיילען פראסקעס אויף יעדע קלייניגקייט .
ממילא טאמער ס'געשעהט עפעס שלעכט צו א צווייטען טראכטען זיי גלייך אז מסתם איז יענער זיך ווערד זיין געלט .... און געבען גלייך גערעכט פאר גאט ווייל זיי האבען מורא אז גאט וועט זיי שמייסען טאמער זיי טראכטען אנדרעש .

אין אנדערע ווערטער זיי פרובירען צו משחד זיין גאט דורך מצדיק זיין יענעם'ס צרות.

די זאך איז נאר אז גאט נעמט נישט קיין שוחד . און גאט איז מער אינטערעסירט מען זאל מיטפילען און פרובירען העלפען א צווייטען וואס האט צער און גאט איז גענוג גרויס צו קענען פארנעמען ווען איינער שרייט "למה הריעות לעם הזה" אדער "השופט כל הארץ לא יעשה משפט" משה רבינו מיט אברהם אבינו האבען פרובירט זיך צו אננעמען פאר מענטשען . נישט פרובירט צו משחד זיין גאט .
דו זאגסט אזוי ווי דער תנא רבי עקיבא האט גענעטפערט
פאר דעם פילוסוף טורנוס רופוס,ווען ער האט איהם פאהרגעהאלטען ווי אזוי ער האט רעכט צו גיבען צדקה פאר או עני (רבי עקיבא איז געוועהן גבאי צדקה) אז גאט וויל יענער זאל זיין אין עניות איז דאך אזוי גוט - ווי רבי עקיבא אליינס האט דאך געזאגט דעם פתגם כל מה דעבד רחמנא לטב עביד , איז אבער פשוט דאס קען מען נישט זאגען אויף אן אנדערנס פלייצע, און ווי א טאטע וויל מען זאל העלפן זיין קינד איז אויך דא ,
און מען דארף זיך משתתף זיין בצערו און העלפן מיט וואס מען קען .
 
Back
Top