- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,410
- רעאקציע ראטע
- 3,336
- פונקטן
- 433
מען זאגט פון רוזי׳נער אז הקב״ה כביכול וועט זיך בענקען בימי משיח אויף א פשוט׳ע עבודה פון א ייד אין גלות ווען אלעס איז בהסתרהדו ביזט א טאטע פון קינדער?
אויב יא, דו געבסט זיי אלעס נאך?
נישט קיין חילוק וואס זיי בעטען ?
וואס איז אויב א קינד איז ל"ע ול"ע נישט געזונט, און מען דארף איהם אפערירן, צו ראטעווען זיין לעבן, און ער שרייט ניין ווייל עס טוהט מיר וויי, דאס איז עס? מאכט מען נישט דער אפעראציע?
מען קען נישט פארשטיין דעם באשעפער ס דרכים.
א קליין משל, איך זאג נישט אז אזוי איז ביי אלע אבער א משל
א מענטש הרג'ט א צוויטען, קומט איהם טויט שטראף. ווי איז אויב ער הרג'ט צוויי מענטשען אדער 10 מענטשען, מען קען דאך נאר הרגנן א מענטש איין מאהל, שיקט מען איהם צוריק און דא ווערט ער געהרגט לע אדער גייט אוועק אינג לע
די זעלבע איז מיט די עלטערן, אפשר האבען זיי געטוהן עפעס וואס עס איז זיך זיי געקומען א צער.
די גאנצע זאך איז באמת א חסד, אנשאאט די נשמה זאהל אין גאנצען פארפאלען ווערען באקומט ער א פארציע אויף דער וועלט און אויבן וועט איהם זיין גוט, מען וועט נאך פרעגען פארוואס האט מין נישט געגבען נאך
ביי די עשרה הריגת מלכות שטייט אז די מלאכים האבען געפרעגט... זו תורה וזו סחורה? (אזוי ווי דו)
האט דער באשעפכר גענטפערט
אויב הער איך נאך א ווארט
אחזיר את העולם לתוהו ובוהו,
נאך א א ווארט דריי איך איבער די וועלט
פרעגט מען (אזוי ווי דו) וואס פאר א תירץ איז דאס?
א משל א פריץ האט געהאט א מושקע א שניידער, און מען האט געוויסט אז ער איז זייער עהרליך און ארענטליך. דער פריץ לאזט איהם רופען און גיבט איהם פיהל מיט טייערע סחורה פון זיידען און אפי פעדימער פון גאלד און בעהט אז ער זאהל איהם אויפנייען א אנטסוט.
דער פריץ האט דאך אבער געהאט יועצים אנטיסעמיטן וואס האבען גהאלטען אין איין זאגען דעם פריץ אז מושקע איז א גנב
נאך ער האט גע-ענדיגט און ער האט עס געברענגט צום פריץ איז עס טאקע געוועהן הערליך און דער פריץ האט איהם גענומען שמייסען און שרייען גנב גיב ארויס דו געגנבטע סחורה און ער שרייט איך האב נישט געגנבט.
שמייסט ער ווייטער איז זעה אז עס פעלט סחורה
נעמט דער איד א שערעל און פאנגט אן צו צושניידען דעם אנסוט.
שרייט דער פריץ וואס טוסטו?
זאגט ער כדי דיר צו ווייזען אז איך האב אלעס גענוצט און נישט געגנבט דארף איך צושניידען דעם אנסוט.
זאגט דער באשעפער כדי צו פארשטיין מוז מען איבערדרייען די וועלט און נאך אמאהל אנפאנגען און איך וועל דיר ווייזען פונקטליך אז עס שטימט און עס איז אלעס חסד
מען זאגט נאך פון'ם בעל התניא ז"ל אז ווען משיח וועט קומין וועט מין זיך בענקען נאך א שטיקל גלות
נ.ב. איך רעד פון עקפיריענס
ונזכה ונחיה ונראה