דעבאטירער
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אקט. 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 24
- רעאקציע ראטע
- 221
- פונקטן
- 23
אנגענומען ביי יעדן מענטש אלס א זעלבסט-פארשטענדליכע זאך איז דער געדאנק אז זאכן אין לעבן האבן געקענט פאסירן אנדערש וויאזוי זיי זענען פאקטיש געשען.
מיר טראכטן: דער פענסטער וואלט געקענט בלייבן גאנץ; דער שטיין וואלט געקענט פליען אין אן אנדערע ריכטונג און פארפעלן דעם ציל; די גאנצע וועלט, אויף אומצאליגע וועגן, זעט אויס ווי איין גרויסער "צופאל" וואס וואלט געקענט זיין אינגאנצן אנדערש.
אבער, כאטש דער דאזיגער בליק זעט אויס זייער נאטירליך, ווערט ער גאר פראבלעמאטיש ווען מען קוקט דערויף דורך דעם גלאז פון דעם "יסוד הטעם והסיבה" (The Principle of Sufficient Reason) - דער לאגישער פרינציפ וואס לויטעט אז פאר יעדן עקזיסטירנדן פאקט מוז זיין א קלארע סיבה און א פולקאמער אפטייטש פארוואס עס איז אזוי און נישט אנדערש.
לאמיר צום ערשט ערקלערן וואס דער פרינציפ זאגט אונז.
דער פרינציפ פון טעם וסיבה (PSR) פארלאנגט אז איבער יעדן פאקט, יעדע פאסירונג, אדער יעדע מצב, מוז זיין א זאכליכע און גענוגנדע סיבה פארוואס עס איז פונקט אזוי און נישט אנדערש. דאס איז נישט בלויז א פארלאנג פאר טיילווייזע אדער פראקטישע תירוצים; מיר רעדן דא פון א הסבר וואס זאל באמת קענען פארענטפערן די עצם עקזיסטענץ פון וואס מיר זעען פאר די אויגן.
צו זאגן אז א זאך האט א "גענוגנדע סיבה", מיינט נישט סתם עס איבערצוזאגן מיט אנדערע ווערטער אדער עס אריינשטעלן אונטער א געוויסן כלל. עס מיינט צו ענטפערן אויף דער פראגע: פארוואס פונקט דאס, און נישט עפעס אנדערש?
אויב א הסבר לאזט נאך איבער דעם ספק אז זאכן וואלטן געקענט פאסירן אנדערש, אן צו געבן א תירוץ פארוואס זיי זענען פאקטיש נישט געשען אנדערש - דאן איז דער הסבר דורכגעפאלן. עס טוט טאקע אפשר ערקלערן וואס עס האט פאסירט, אבער עס פארענטפערט נישט פארוואס דאס איז געווען דער אויסגאנג אנשטאט אלע אנדערע מעגליכקייטן.
לאמיר נעמען א פשוט'ע משל: א פענסטער צעברעכט זיך ווייל א שטיין האט אריינגעקראכט אין דעם מיט א כח וואס איז שטערקער ווי דאס וואס דער גלאז קען אויסהאלטן. אט דער הסבר פארלאזט זיך אויף די געזעצן פון נאטור און אויף פארשידענע חשבונות (אז דער כח איז געווען מער ווי די שטארקייט פונעם גלאז). אבער, ווען מען קוקט אריין טיפער, זעט מען אז דאס לאזט איבער די עצם יסודות'דיגע פראגעס אן קיין ענטפער:
● פארוואס איז דער קראפט געווען פונקט דער ספעציפישער מאס?
● פארוואס האט דער שטיין בכלל אריינגעקראכט אין פענסטער?
● און נאך וויכטיגער: פארוואס פירט דאס אריבערגיין א געוויסן קראפט, צו א רעזולטאט פון צעברעכן? מה שייכות?
דער דאזיגער הסבר שטיצט זיך טאקע אויף די געזעצן פון נאטור, אבער ער טוט זיי אליין נישט מסביר זיין. ער נעמט אן אלס א פאקט אז די וועלט איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז געוויסע באדינגונגען פירן צו געוויסע רעזולטאטן, אבער דאס גופא ברענגט ארויף א טיפערע קשיא:
פארוואס האט די וועלט פונקט דעם דאזיגן סטרוקטור, אנשטאט א צווייטן? דאס וואס ווערט אונז פרעזענטירט אלס א "גענוגנדע סיבה" איז באמת א סיבה וואס איז געוואנדן אין עפעס אנדערש - עס ערקלערט די פאסירונג אויב מיר נעמען אן די נאטורליכע געזעצן, אבער עס פארענטפערט נישט די געזעצן אליין. דער עול פון "מסביר זיין" איז בלויז געווארן אריבערגעשטופט צו א צווייטן פלאץ, אבער ער איז נישט באמת געלייזט געווארן.
וואלט געקענט עקזיסטירן א פאנטאזירטע וועלט וואו די געזעצן פון פיזיקס זענען אנדערש? אויב יא, דאן וואס איז די גענוגנדע סיבה צוליב וואס אין אונזער וועלט איז עס אזוי און נישט אזי?
אלזא, אויב די סיבה ערקלערט דעם אויסגאנג מיט א פולקאמער קלארקייט, דאן באשטימט זי דעם רעזולטאט (עס מוז אזוי זיין).
אויב די סיבה באשטימט נישט דעם רעזולטאט פולקומערהייט, דאן לאזט עס די אנדערע מעגליכקייטן אן קיין שום ענטפער.
אין דעם ערשטן פאל, קומט אויס אז די פאסירונג איז א "מוכרח" (Necessary) צוליב דער סיבה וואס האט עס פאראורזאכט. אין דעם צווייטן פאל, איז דער גאנצער הסבר נישט קיין פולקומער הסבר.
קומט אויס אז דער מושג פון "צופאל" (Contingency) קען זיך נישט אויסקומען מיט'ן יסוד פון "טעם וסיבה". עס זענען בלויז דא צוויי ברירות:
עס עקזיסטירט א פולקאמע סיבה - וואס אין אזא פאל איז דער רעזולטאט שוין באשטימט פון פריער און עס איז נישט קיין צופאל.
עס עקזיסטירט נישט קיין פולקאמע סיבה - וואס דאס מיינט אז מיר האבן אפגעפרעגט דעם יסוד פון "טעם וסיבה".
עס איז נישטא קיין שום מיטל-וועג וואס קען דאס באמת פארענטפערן.
מען קען אויך נישט פראבירן צו ראטעווען דעם מושג פון "צופאל" דורך זיך אנכאפן אין די נאטורליכע געזעצן, ווייל ווי דערמאנט, פארלאנגען די געזעצן אליין דאך אויך א הסבר. פארוואס עקזיסטירן זיי? פארוואס זענען זיי אויסגעשטעלט פונקט אויף דעם אופן? פארוואס זאל "כח" האבן אזא שייכות מיט "מציאות" אז ביים איבערשטייגן א געוויסן פונקט זאל זאך דאס מוזן צעברעכן?
ממה נפשך: אויב געזעצן ווערן באהאנדלט ווי זאכן אן קיין טיפערע סיבה, דאן ווערט די PSR איגנארירט. אויב זיי ווערן דערקלערט דורך טיפערע פרינציפן, דאן איז ווייטער - יענע פרינציפן זענען איינס פון די צוויי:
זיי וועלן צווינגען (Necessitate) די געזעצן צו זיין פונקט אזוי ווי זיי זענען, אדער
זיי וועלן לאזן די געזעצן אלס אן אומפארענטפערטע זאך.
און ווידער דא קומען מיר צוריק צום זעלבן דילעמע: אדער איז עס א זאך וואס מוז אזוי זיין (Necessity), אדער איז עס א זאך וואס איז אומערקלערט און הפקירות'דיג (Arbitrariness).
אלזא, לויט דעם איז יעדע סארט סטעיטמענט איבער "וואס וואלט געקענט זיין" פאלש דורכאויס, אין יעדע מעגליכע וועלט. דו קענסט מיר נישט זאגן אז עס קען עקזיסטירן אזא סארט וועלט אין וועלכע דער שטיין קלאפט זיך נישט אן אינעם פענסטער, ווייל דאן וואלט איך פארלאנגט א גענוגנדע סיבה צוליב וואס טאקע דאס האט פאסירט, אריינפירנדיג דערביי אין א הסבר וואס שליסט אויס יעדע אנדערע מעגליכקייט, אריינגערעכנט אונזער וועלט, אין וועלכע דער שטיין האט טאקע יא ארינגעקראכט.
***
דער געדאנק אז עפעס "וואלט געקענט זיין אנדערש" ברענגט מיט זיך נאך א שוועריגקייט: אויף וואספארא באזיס קענען מיר דאס בכלל טענה'ן?
אונזער גאנצער ידיעה און אלע אונזערע קוק-ווינקלען זענען באגרעניצט בלויז צו דער פאקטישער וועלט וואו מיר געפינען זיך. מיר לעבן און זענען עדות צו בלויז דאס וואס עס פאסירט "למעשה", נישט דאס וואס "וואלט ווען" געקענט פאסירן. די טענה אז דער פענסטער וואלט געקענט בלייבן גאנץ איז נישט עפעס וואס מיר האבן ארויסגענומען פון ערפארונג אדער פון דער מציאות, נאר עס קומט פון אונזער דמיון אדער פון א טעאריטישע געדאנק וויאזוי מיר לערנען אפ די מציאות.
דער כח הדמיון איז אבער נישט קיין פארלעסליכער וועגווייזער צו וויסן וואס עס איז טאקע מעגליך. דאס וואס א מענטש קען זיך "פארשטעלן" א צווייטע מעגליכקייט, מיינט נאכנישט אז יענע מעגליכקייט עקזיסטירט באמת אין דער מציאות, און אן קיין וועג צו האבן דירעקטע צוטריט צו אנדערע וועלטן אדער צו אנדערע פאסירונגען, פעלט פאר די גאנצע טענה פון "צופאל" א ריכטיגע לאגישע יסוד.
עס קומט דעריבער אויס אז מיר זעען בפועל אז דער פענסטער צעברעכט זיך. מיר "מאלן זיך אויס" אין קאפ אז עס וואלט געקענט בלייבן גאנץ. אבער אין אמת'ן, האבן מיר נישט קיין שום בארעכטיגונג צו באטראכטן דעם דאזיגן דמיון אלס אן אמת'ע רעאליטעט.
אויב מיר קוקן בלויז פונעם אינעווייניגסטן פונקט פון איין איינציגער וועלט וואס איז שוין באשאפן געווארן, איז נישטא קיין שום חילוק צווישן א זאך וואס "מוז זיין אזוי" און א זאך וואס איז א "צופאל" אז עס איז אזוי.