- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 182
איינער פון די הויפט מעלות פןן א נייע פלאטפארמע איז, אז אנדערש וואו פלעצער וואס זענען שוין אלט, וואו סיי וועלכע טעמע וואס איינער וויל נאר ארויפברענגען, האט מען שוין געאקערט, געזייעט, געמאלן, געקנעט, געבאקן און געקאכט. און ווען איינער קומט זיך אן, בלייבט ער איבער מיט די פסולת וואס בלייבט איבער נאכן פארדייען, קען מען דא אנהייבן צו דורכטוהן נושאים פון אנהייב, על גבי נייר חלק.
וויל איך פארלייגן דא, אויף א שיינעם ארגאניזירטן אופן, אלס אנבאלאנגט דער אינערליכע געראנגל איבער דער טעאריע פון עוואלוציע, וואס איז באשיינפערליך א מיטל פונקט אין דער וועג וואס אסאך מיטשענען זיך אהיים, ארויס פון בית מדרש. (אינעם מעטאפארישן זין פון ווארט...)
איך לייג פאר מיין פרעספעקטיווע, באזירט הויפטזעכערליך אויף מיין ערפארונג און שטודיעס און זעלבסט-פארשטענדליך אז איך לייג עס פאר דא, צו ציען א דעבאטע און מיינונגס-פארשידנהייטן.
חלק א'
שלש מדות באדם
עס זענען פארהאן דריי הויפט מהלכים אינעם אידישן וועלט קומענדיג אין קאנפראנטאציע מיט דער אויסערליך-אויסזעענדע – רעוואלוציאנערישע טעאריע:
פארוואס עוואלוציע איז אזוי שווער צו פארדייען
דער סיבה פארוואס עוואלוציע שאפט אזא גרויסע שטורעם אין דאס הארץ פון א היימישע איד, נאכן זיך באקענען דערמיט, איז ווי פאלגענד:
די פינף פאזעס
א דורכשניטליכע, חרד'יש-ערצויגענע, מענטש, געווענליך נאכדעם וואס ער ווערט ענטפלעקט צו דער טעאריע פון עוואלוציע, וועט ער אריבערגיין אט די פינף פאזעס:
שלשה דרכים לפני
נאכן אריבער גיין אלע פאזעס, וועלן מענטשן געווענליך פארבלייבן אין איינער פון די דריי קאטעגאריעס:
חלב ב' וועט פארזעצן אי"ה.

- איינס, דער טעאריע איז שטותים, הוילע לאקשן, לא דובים ולא יער. דער פאן-טרעגער אין דעם מהלך (על כל פנים אינעם אידישן וועלט) איז ר' אביגדור מילער ע"ה.
- זעענדיג איין אז עוואלוציע איז ריכטיג, איז רעליגיע פאלטש און אזוי ארום - דער גאנצע לעבנסשטייגער וועלכע מיר זענען ערצויגן געווארן אין איר, פארלירט איר האפט און איז ווערדלאז.
- עוואלוציע איז נישט א סתירה מיט תורה און רעליגיע, עס קען גאר קיין ביינאזאם (ראי"ה קוק ותלמידיו).
פארוואס עוואלוציע איז אזוי שווער צו פארדייען
דער סיבה פארוואס עוואלוציע שאפט אזא גרויסע שטורעם אין דאס הארץ פון א היימישע איד, נאכן זיך באקענען דערמיט, איז ווי פאלגענד:
- ער האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט אז דער טעאריע איז אזוי גוט פעסטגעשטעלט און באזעצט, ער האט זיך פארגעשטעלט אז אפילו לאמיר זאגן אפאר נארישע גוים האלטן אז דער וועלט האט אויסגעפלאצט און באשעפענישן האבן זיך אנטוויקלט מיט די צייט, איז עס א קליינע טעאריע מיט נישטיגע באווייזן. עס האט זיך קיינמאל נישט געלייגט אויף זיין זין ווי פול דער סייענטיפישע וועלט איז פארנומען דערמיט און ווי ווייט די באווייזן - ריכטיג צו נישט – זענען.
- דורכאויס זיינע ערציאונגס יארן איז ער קיינמאל נישט געווארן אויסגעשטעלט צו איר און ער איז ערצויגן געווארן אז אלעס וואס ער ווערט פארציילט איז אנגענומען אן קיין פראגעס.
- זיין גאנצע רעליגיע און דער באדייט פאר זיין לעבן, איז געבויט אויפן פאקט אז ג-ט האט באשאפן דעם וועלט אין זעקס טעג און ווען אדם איז באשאפן געווארן איז דער וועלט געווען פארטיג.
די פינף פאזעס
א דורכשניטליכע, חרד'יש-ערצויגענע, מענטש, געווענליך נאכדעם וואס ער ווערט ענטפלעקט צו דער טעאריע פון עוואלוציע, וועט ער אריבערגיין אט די פינף פאזעס:
- נייגערונג. דער פאזע ווען דער טעאריע באזעצט זיך ביי איהם אין הארץ, ער טוט עס דורך פון אלע וועגן, אנאליזירט עס, שמועסט עס אויס, ביז ער פארשטייט עס ריכטיג.
- אויפשאקלונג. דאס איז דער פאזע וואו מען שפירט זיך אייסגענארט פאר דעם וואס מען האט נישט געהאט צוטריט צו דעם חלק אינעם וועלט. עס איז א פאזע באגלייט מיט שווערע און געמישטע געפילן. פול וועלן נישט קענען בייקומען דער פאזע און וועלן זויפארט זוכן אזעלעכע וואס זאלן צוריק שטעלן זייערע פריעדיגע מיינונגען אויפן פלאץ, דורך זוכן ענטפערס פון ארגאניזאציעס וועלכע געבן זיך אפ מיט בעלי תשובות און דאס גלייכן.
- באשליסונג. דער דריטע פאזע, דאס איז ווען דער מענטש קומט צו דעם באשלוס אז ער נעמט א צד, ער איז מחליט וועלכע פון די צוויי צדדים זענען ריכטיג, ווייל לעבן מיט א קווענקלעניש איז נישט קיין אפציע.
- פארזעצונג. דאס איז נאכן אפמאכן וועלכע צד צו נעמען, זעצט ער פאר זיין לעבן לויט דעם זייט. געווענליך טאמער האבן איהם די אלע ארגאניאציעס באוויזן צוריק צו שטעלן צו זיין ערשטע פאזיציע אז עוואלוציע איז פאלטש, וועט ער ווייטער לעבן אן ערליכן לעבן פונקט ווי פריער און טאמער איז ער געבליבן מיטן מסקנא אז עס איז יא ריכטיג, וועט ער זיך זייער מיטשענען וויאזוי צו זיין איינגעגלידערט אינעם סיסטעם טראץ דעם וואס זיין מח איז ווייט, ווייט אוועק, און עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טרעפן גענונג קוראזש צו פארלאזן זייער פאטערס הויז און גיין ווי דער אויבישטער פירט זיי.
- איינגלידערונג. דאס איז דער לעצטע פאזע אינעם געראנגל, דאס איז ווען מען איז שוין פאלקום באקוועם אין דער פאזיציע וואו מען האט זיך געטראפן, נאכן אריבערגיין דער מיטמאכעניש.
שלשה דרכים לפני
נאכן אריבער גיין אלע פאזעס, וועלן מענטשן געווענליך פארבלייבן אין איינער פון די דריי קאטעגאריעס:
- ער גייט צוריק צום אלטן און בלייבט גלייבן אין אלעס וואס מען האט געלערנט אין חדר אנבאלאנגט דער וועלט באשאף און פירט זיך ווייטער זיין רעליגיעזן לעבן.
- ער איז איבערצייגט אז עוואלוציע איז דער ווארשיינליכע וועג, אבער ער קען זיך נישט ארויסזען פון זיין יעצטיגן לעבן. דעריבער פירט ער זיך אויסערליך אידיש, אבער ער שפירט ווי ער איז נישט אינעם ריכטיגן ארט.
- ער נעמט זיך צאם, פארלאזט אלעס און זוכט זיך א נייע וועג.
חלב ב' וועט פארזעצן אי"ה.
לעצט רעדאגירט: