אמונה פשוטה אדער חקירה? (אפגעטיילט)

צוויי

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 10, 2024
מעסעדזשעס
102
רעאקציע ראטע
164
המשך פון דא
--

ביי מיר איז אן אפענע וועלט, (בעסער געזאגט אן אפענע קרעמל), איך האב ליידער צוטריט צו אסאך,
און דאך ווייס איך אז איך פארשטיי נישט אלעס, און איך גלייב באמונה שלימה אין די י"ג עיקרים, ובתורת משה רבינו ע"ה, ויאמינו בהשם ובמשה עבדו, וכל הצדיקים נאמנים לה' ולתרתו.
ווי דער בעש"ט האט געזאגט, איך בין א נאר און איך גלייב.
 
אנטשאט צו לייגן די "בלאקעדש" פונדערווייטנס, האסטו עס געלייגט גלייך ביים מוח
 
איך האב עס געלייגט בידיעה ברורה און פרייוויליג, וויל אן קיין בלאקעדזש בין איך געקומען צו די הכרה אז איך וויל די א.ג. בלאקעדזש.

ווער איז באמת א פרייע מענטש, א בן חורין? איינער וואס האט גדרים וסייגים, אדער איינער וואס איז גענצליך פריי ליבעראל... ?!?
 
גדרים וסיגים אויף מיינונגען איז די גרעסטע נארישקייט וואס א מענטש קען טוהן, ווייל ווען דו וואלטס ווען געווען אין א פלאץ וואו מען פרעדיגט פאלשע זאכן וואלסטו געלייגט די זעלבע בלאקעדזש, און דו וואלסט אויך געהאלטן אז דאס איז ריכטיג.
 
דא האסטו מיר באזיגט, ס'איז די גרעסטע "נארישקייט". יעצט וויל איך נישט זיין קיין נאר...
ערנסט גערעדט, איינער וואס האט ווירדן, אפי' לאמיר זאגן ס'איז אפשר פאלש, איז ענדערש טראסטבאר ביי מיר, ווי איינער איינער אנדערש, ווי איך האב שוין דא אויסגעשמועסט.
אגב, וואס מיינט פאלש? ס'איז נישטא קיין עכטע הוכחות און קראנטע באווייזן פאר א מענטש א בשר ודגים אז ער אדער אן אנדערער איז יא אדער נישט פאלש.
וצדיק באמונתו יחיה!
 
הייסט אז אידישקייט איז פונקט אזוי אמת ווי הינדואיזם? און מנשה פילאפף איז פונקט אזוי גערעכט ווי יששכר כ"ץ?
 
לעצט רעדאגירט:
הייסט אז אידישקייט איז פונקט אזוי אמת ווי הינדואיזם? און מנשה פיאלפף איז פונקט אזוי גערעכט ווי יששכר כ"ץ?
ניין. ס'איז נישט. (אויב דו ווארטסט טאקע אויף אן ענטפער).
איך האב מקבל מפי המסורה לנו אז תורתינו תורת משה אמת וזאת התורה לא תהא מוחלפת. משה אמת ותורתו אמת והם בדאים. און ס'איז גראדע אויך דא ראיות אויף דעם. אבער סוף כל סוף וועט מיין אמונה נישט ווערן געטוישט יעדן טאג לויט די דעמאלטסדיגע ראיות וואס נייע פילאזאפן האבן אויסגעטראפן... וכמאמר הבעשטה"ק זי"ע "איך בין א נאר און איך גלייב".
 
א מינוט צוריק זאגסטו אז עס איז נישטא קיין עכטע הוכחות, און יעצט זאגסטו אז יא?
 
וכמאמר הבעשטה"ק זי"ע "איך בין א נאר און איך גלייב".
דער בעש"ט איז געווען א חכם און האט עס געזאגט אין קאנטעקסט פון 'נאך אלע מיינע מדרגות' בינעך א נאר און איך גלייב.
דאס מיינט נישט אז יעדער נאר וואס גלייבט האט די זעלבע לייסענס דאס צו זאגן.
 
היינו הך. ס'איז דא הוכחות ווער ס'איז א חכם, אבער דאך דארף מען וויסן אז איך בין א נאר און איך גלייב
 
איך האב עס געלייגט בידיעה ברורה און פרייוויליג, וויל אן קיין בלאקעדזש בין איך געקומען צו די הכרה אז איך וויל די א.ג. בלאקעדזש.

ווער איז באמת א פרייע מענטש, א בן חורין? איינער וואס האט גדרים וסייגים, אדער איינער וואס איז גענצליך פריי ליבעראל... ?!?
אנטשולדיגט, אבער דו מישט אויס דא צוויי זאכן. צו שטודירן און פארמאגן ידיעות איז נישט די פארקערטע פון זיין א בן חורין, פארקערט גאר, און מ'קען נאך אלץ פארמאגן גדרים וסייגים, גרויסע חכמים האבן שטודירט כל מיני חכמות און זענען נאכאלץ געווען עהרליך ווי דער רמב"ם, אברבנל, מיט נאך אסאך אנדערע, נאר איין זאך, יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

פון די אנדערע זייט, בלאקעדזש איז יא די פארקערטע פון פרייהייט, דו האסט דיר אויסדערוועהלט א בלאקעדזש נישט ווייל דו ווילסט זיין א בן חורין, גאר פארקערט, ווייל דו ווילסט נישט ארויסגיין פון דיין קאמפארט זאוין, דו ווילסט בלייבן זיצן אין דיין armchair ווייל דו קענסט נישט (ווילסט נישט) לעבן אין סתירות און איך פארשטיי דיך הונדערט פראצענט, דאנט געט מי ווראנג, רוב מענטשן זענען (וועלענדיג) אדער נישט טראכטענדיג, אזוי ווי דו, א קליינער פראצענט וועהלט זיך, צו אפילו נישט וועלענדיג נאר זיי זענען אזוי פרי דיטערמענד און זייער מוח זענען אזוי געווייערט.
 
היינו הך. ס'איז דא הוכחות ווער ס'איז א חכם, אבער דאך דארף מען וויסן אז איך בין א נאר און איך גלייב
דו האסט נישט אזוי געשריבן פריער:
אגב, וואס מיינט פאלש? ס'איז נישטא קיין עכטע הוכחות און קראנטע באווייזן פאר א מענטש א בשר ודגים אז ער אדער אן אנדערער איז יא אדער נישט פאלש.
וצדיק באמונתו יחיה!
 
איך האב מקבל מפי המסורה לנו אז תורתינו תורת משה אמת וזאת התורה לא תהא מוחלפת. משה אמת ותורתו אמת והם בדאים...
וכמאמר הבעשטה"ק זי"ע "איך בין א נאר און איך גלייב".
ס' מקור מיים חיים בעש"ט על התורה. פר' נח אות קנו:

"...עוד ביאר כי תכלית הידיעה שלא נדע, אמנם יש שני סוגי שלא נדע: א' שאינו נכנס מיד לחקור ולידע מאחר דאי אפשר לידע, שני שחוקר ודורש עד שידע שא"א לידע.
וההפרש בין זה לזה על דרך משל: שני בני אדם שרוצין לידע את המלך וא' נכנס בחדרי המלך ונהנה מאוצרות והיכלי המלך ואח"כ לא יוכל לידע את המלך והשני אמר מאח שאי אפשר לידע את המלך לא נכנס כלל בחדרי המלך ולא נודע לו כלום.
ובזה יובן וודאי בשניהם משני הסוגים הנ"ל אותי עזבו מלידע לפי שא"א לידע. מ"מ הלוואי אותי עזבו מתוך החקירה והידיעה אחר שתורתי שמרו. ודפח"ח עכ"ל"
 
אפי' א מענטש האט הוכחות אדער ראיות, איז עס נישט די זעלבע ווי טאג אדער נאכט, אויב האט ער נישט אמונה.
 
אנטשולדיגט, אבער דו מישט אויס דא צוויי זאכן. צו שטודירן און פארמאגן ידיעות איז נישט די פארקערטע פון זיין א בן חורין, פארקערט גאר, און מ'קען נאך אלץ פארמאגן גדרים וסייגים, גרויסע חכמים האבן שטודירט כל מיני חכמות און זענען נאכאלץ געווען עהרליך ווי דער רמב"ם, אברבנל, מיט נאך אסאך אנדערע, נאר איין זאך, יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

פון די אנדערע זייט, בלאקעדזש איז יא די פארקערטע פון פרייהייט, דו האסט דיר אויסדערוועהלט א בלאקעדזש נישט ווייל דו ווילסט זיין א בן חורין, גאר פארקערט, ווייל דו ווילסט נישט ארויסגיין פון דיין קאמפארט זאוין, דו ווילסט בלייבן זיצן אין דיין armchair ווייל דו קענסט נישט (ווילסט נישט) לעבן אין סתירות און איך פארשטיי דיך הונדערט פראצענט, דאנט געט מי ווראנג, רוב מענטשן זענען (וועלענדיג) אדער נישט טראכטענדיג, אזוי ווי דו, א קליינער פראצענט וועהלט זיך, צו אפילו נישט וועלענדיג נאר זיי זענען אזוי פרי דיטערמענד און זייער מוח זענען אזוי געווייערט.
פארדעם האב איך געשריבן א.ג. (אזוי גערופענע) בלאקעדזש,

ב"ה אז איך ווייס גוט וואס מיינט נישט ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאון, און איך טוה זאכן כסדר יא ארויסצוגיין דערפון אפי' ס'איז שווער, ס'איז דא אסאך וואס עביוזן אבער די ווארט 'קאמפארט זאון'...

איך האב נישט קיין פראבלעם צו לעבן אין סתירות, הגם איך זוך עס נישט, אבער אויב ס'איז דא א סתירה אין מיינע אויגן וועל איך עס נישט פארלייקענען, אבער איך האב אויסגעוועלט צו לעבן אין מיין אמונה, און ס'איז נישט קיין שום סתירה דאס צו אמונה צו וויסן אז ס'איז דא סתירות...

ווי גייט די מעשה פונעם רביצין וואס האט מיטגעהאלטן ווי איר מאן די רב זאגט פאר א איד וואס האט געהאט א סיכסוך מיט א חבר, "דו ביסט גערעכט" און פארן חבר האט ער אויך געזאגט "דו ביסט גערעכט". אופן וואונדער פונעם רביצין וויאזוי ס'קען זיין אז ביידע זענען גערעכט, איז געקומען א ענטפער "אויך דו ביסט גערעכט"...

איך זוך צו פארשטיין און וויסן ענטפער'ס וכו', איך בלייב נישט שטעקן מיין מח אין קאמפארט זאון, אבער איך ווייס און איך בין בוחר אז נישט אלעס וויל איך אין איך דארף פארשטיין. און איך בין בוחר צו לעבן אין אן א.ג. באקס...
סוף כל סוף איז די אמונה בה' ובתורתו גובר.
 
אויב מ'טאר אדער נישט חוקר זיין, און פארוואס טאקע, איז אן אלטע מחלוקת צווישן אסאך גדולים וטובים, אסאך האבן נישט געלערנט די חובת הלבבות שער היחוד.
די ריכטיגע אופן פון חקירה דארף אבער זיכער זיין, אז נישט די חקירה זאל דיר ענטשיידן צו די ווילסט יא אדער נישט זיין א מאמין געוואנדן אויף די הנחות און מסקנות וואס דיין מח איז געבליבן דערמיט. דא קומט אריין אמונה פשוטה.
 
Back
Top