בקיצור אמונה פשוטה כפי מה שקבלתי ברבותי נ"י:
די אמת'ע פשט פון אמונה פשוטה איז נישט סתם טיפשות
נאר ס'דא 2 וועגן ווי אזוי א מענטש גייט צו צו א זאך
סתם זאכן ווי שיטות/ מציאות'ן וכדו' גייט יעדע נארמאלע מענטש דורכטהון מיטן שכל זיינעם, און באשליסן וואס ס'איז אמת און וואס נישט, ופשוט.
משא"כ אויב א מענטש זוכט עפעס פאר זיין לעבן און ער טרעפט עס אין א פלאץ, למשל ער איז הונגעריג און טרעפט עסן, קומט בכלל נישט דא אריין קיין חקירות ודרישות, אויב דעיס גיבט אים זיינע ניד'ס איז דעיס אמת פאר אים,
א מענטש וואס זוכט זוכט צופרידן'קייט, שלווה, תענוג, קאנעקשן, אמת, עכט לעבן און זיין 'זיך'
טרעפט ער עס נאר אין די תורה, און איינמאל דו טרעפסט עס אין די תורה, דארפסטו מער נישט קיין שום ראיות, ס'גייט דיך בכלל נישט אן.
די סיבה פ"וו אסאך האבן דווקא יא געהאלטן פון חקירה, איז צוליב וואס פאר מען הייבט אן זיך אריינלייגן בכלל אין די גאנצע זאך דארף מען האבן ראיית ע"פ שכל אז עס איז יש דברים בגו [שיין גייען אונז אויסזעהן אויב אונז דארפן אויספרובירן אלע רעליגיעז] און נאכדעם ברענגט מען עס אריין אין די געפילן, (דעת)
אנדערע און שפעטערדיגע האבן געהאלטן אז ווען מען איז חוקר, בלייבט מען סטאק ביי מח, אן עס אריינברענגען שפעטער אין הארץ, און אזא יודישקייט איז גארנישט ווערד, פונקט ווי אלע מענטשן וואס וואקסן אויף אז מ'מוז גלייבן און אויב א קינד פרעגט עפעס א שאלה איז אחת דתו/ רח"ל/ גיהנום/וכדו' האבן בכלל נישט קיין ריכטיגע יודישקייט, ווייל עס איז א דרויסנדיגע געצווינגענע זאך, אזוי אויך איז די מח אינגאנצן א דרויסנדיגע זאך פונען עצם מענטש, (והראייה דו קענסט זיין איבערצייגט 100% אין די תורה, און עובר זיין אויף אלעס, בדוק ומנוסה. און למשל ר' נחמן טאקע, האט די עיקר געלייגט א דגוש אויף הארץ שפראך: רעדן צום אייבערשטן, שמחה של מצוה, נקודות טובות וכד', ער האט גענומען די 'כתר' [סא"ב קאנטשע"ס] און גראד אריינגעברענגט אינעם מלכות [לב] וד"ל)
און צו אלע טייערע קרעמלע'רס וואס האבן אנגעהויבן טרעפן אמת דווקא ביים אפלאזן [געוויסע] אידישקייט, איז פשוט אז מען האט זיי דעליווערט א אנדערע יודישקייט, און איינמאל זיי הייבן אן צו טוען מיט זייער אייגענע בחירה ריכטיגע זאכן, פילן זיי ממש גוט מיט זיך, און באמת איז דעיס די תורה, ובחרת בחיים וועיל אויס צו לעבן א גוטע לעבן וואס דו ווילסט באמת [אפי' ס'שווער], נאר דעי חברה נעבעך וויבאלד ביי זיי איז יעדע מצווה א באג"י מע"ן, זוכן זיי אנדערע גליקן, און דעיס גייען זיי איינטאג שטארק באוויינען.
ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום !!!!!!!