מעג מען הערן פרויען זינגען? (אפגעטיילט)

הגר"ע יוסף ז''ל האט א תשובה דערוועגן וואו ער איז מתיר אויב קען מען נישט דעם זינגערין.
ס'איז באקאנט אז ער האט געהאט א מצרישע פעיוואריט זינגערין וועם ער האט געגליכן צו הערן אין די יוגנט.
די זינגערטע׳ס נאמען איז אום קולטום (Umm Kulthum)
 
קודם כל דער רמב"ם שרייבט אז וַאֲפִלּוּ לִשְׁמֹעַ קוֹל הָעֶרְוָה אוֹ לִרְאוֹת שְׂעָרָהּ אָסוּר, ס'איז מעגליך צו פארטיישן פאר ווער עס וויל אז דאס מיינט מען קול הערוה ממש או לראות שערה.

נאכדערצו די לבוש האלט אז כהיום אז מען פירט זיך צוו גיין מיט די האר אפן איז נישטא קיין איסור, וכן קען מען זאגן לגבי די קול.

אויך קען מען לערנען די גמרא כפשוטו אז די גמ' האט נאר גערעדט לגבי ק"ש.

און דורך א מסך (screen) איז דאך אוודאי מותר (ולא גרע ממסך בעזרת נשים).

און די רמב"ם אויך רעדט נאר פון עריות.

ולפי דברינו אין איסור בכלום מכמה וכמה טעמים וישמע חכם ויוסיף לקח.

וכל זה נצרך פאר איינער וואס זיין יצר לאזט עם נישט צו נאר אויב ער טרעפט א היתר, אזוי ווי רש"י זאגט לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב געמיינט אז דא דרייען זיך תלמידי חכמים....

כ'האב היינט געעפנט א שולחן ערוך, ווי די מחבר פסק'נט אז קול באשה איז אסור
זאגט די בית שמואל אויפן פלאץ, אז דווקא אן אשת איש, אבער א פניה איז מותר,
ס'איז מיר א פלא אז קיינער האט דאס נישט ציגעברענגט
(די בית שמואל אויך אבן העזר איז אזויווי די מגן אברהם אויף או''ח, און ש''ך אויף יו''ד
והגם די באה''ט ברענגט אז די באר שבע איז חולק, אבער בלייבט די בית שמואל א שטארקע שיטה להתיר מיידלעך (און גרושות ואלמנות) צו זיי הערן זינגען)
 
פארהאן א פירוש המשניות להרמב"ם ערגעצוואו כ'האב פארגעסן דעם מ"מ וואו דער רמב"ם ברענגט עס און לויט וואו איך געדענק גיבט דער רמב"ם אן א טעם אויך ווייל ביי אשת איש איז מען חושש פאר אן עבירה משא"כ ביי א פנויה, עפעס אזוי
 
אבער היינטיגע צייטן ווען פנויות זענען עריות מדאורייתא, אלס נדות, אפשר איז ווייטער דא די חשש פונעם רמב"ם אזוי ווי ביי א נשואה.
 
Back
Top