- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 989
- רעאקציע ראטע
- 4,182
- פונקטן
- 413
איך פרעג נאכאמאל, איז דאס
שוין אמאל געשען דא? די הנהלה קען דאס וויסן.

די שאלה איז אבער, מ'זעהט סיי דארט אין ק"ש, און סיי דא יעדע מאל מ'רעדט וועגן די ענין, אז מ'האט מורא אז מאנכע וועלן אישי'ן די פרויען אימפראפיעט.
די מציאות איז אבער, אז אכשר דרא, און דא ביי אונז אין קרעמל, איז דא אפאר נשים צדקניות מיט זייער פולע נאמען ווי פרידא (וויזל), שפרה לאווען, און ריקי רויז.
איך בין נייגעריג צו זיי האבן אפי' איינמאל באקומען א נארישע אישי. כאטשיג ס'פעלט נישט ביי אונז אנגעהיצטע מעילס, ווי אלע שנירלעך אין מאחורי (און נישט נאר...) יוכיחו.
נאכמער, אין ק"ש איז מען חושש אז אין די אשכולות גופא וועט זיך טוען נארישע סטעיטמענט'ס און קאמענטס צו די פרויען, דאס איז דאך א זאך וואס איז גלוי לכל, און - דאכט זיך - אז ס'האט נישט פאסירט דא אין קרעמל (אויסער אויב מ'האט געמעקט).