פרויען אויף קרעמל

איך פרעג נאכאמאל, איז דאס 🔽 שוין אמאל געשען דא? די הנהלה קען דאס וויסן.
די שאלה איז אבער, מ'זעהט סיי דארט אין ק"ש, און סיי דא יעדע מאל מ'רעדט וועגן די ענין, אז מ'האט מורא אז מאנכע וועלן אישי'ן די פרויען אימפראפיעט.
די מציאות איז אבער, אז אכשר דרא, און דא ביי אונז אין קרעמל, איז דא אפאר נשים צדקניות מיט זייער פולע נאמען ווי פרידא (וויזל), שפרה לאווען, און ריקי רויז.
איך בין נייגעריג צו זיי האבן אפי' איינמאל באקומען א נארישע אישי. כאטשיג ס'פעלט נישט ביי אונז אנגעהיצטע מעילס, ווי אלע שנירלעך אין מאחורי (און נישט נאר...) יוכיחו.

נאכמער, אין ק"ש איז מען חושש אז אין די אשכולות גופא וועט זיך טוען נארישע סטעיטמענט'ס און קאמענטס צו די פרויען, דאס איז דאך א זאך וואס איז גלוי לכל, און - דאכט זיך - אז ס'האט נישט פאסירט דא אין קרעמל (אויסער אויב מ'האט געמעקט).
 
@שושני כ'רעד פון וועריפייען פאר נאך א סיבה.
ס'דא וואס רודפ'ן פרויען אויף קרעמל, ס'פאלט זיי נישט איין אז ס'איז דא פרויען וואס שרייבן.
מ'זעהט שוין דעם מנהג אויף ק"ש צו חושד זיין אז די פרויען זענען סתם מענער טראללס,

(כ'האב געהערט פון מענער וואס איך קען פון קרעמל אז די ווייבער רעדן זיך אפ אז מ'רעדט נישט צו זיי מיט ווי צו א פרוי)

כ'מיין אז די וועריפייד פרויען אין קרעמל פיהלן מער פארזיכערט און מ'באציהט זיך ע"פ רוב צו זיי מער איידל (סענסעטיוו) געבענדיג פלאץ פאר א פרוי צו זיין פעמענין. (@שפרה לאווען וואס זאגסטו)

(אגב. אויף איינע פון די גרויסע וואטסאפ גרופעס פאר מענטשן וואס טראכטן אפן ווערן מענטשן אראפגעווארפן פארן שרייבן אומסענסעטיוו צו פרויען. איי געסס די וואס וואקסן אויף אינעם סיסטעם מעגן זיך אויסלערנען ווי אזוי מ'רעדט צו פרויען אנשטאט פון מיינען אז זיי זענען סתם משוגע און קינדעריש...)
-

@כספי פון ספעם אישי'ס צו פרויען אויף קרעמל האב איך נישט געהערט
הגם כ'האב היינט באקומען אן אישי "דו האסט עני הייסע ווידאוס אויף גוגל דרייוו לינקס ובפרט PEEING IN THE PANTS VIDS"
אפשר מיינט יענער כ'בין א פרוי... 😂😂😂
 
@שושני כ'רעד פון וועריפייען פאר נאך א סיבה.
ס'דא וואס רודפ'ן פרויען אויף קרעמל, ס'פאלט זיי נישט איין אז ס'איז דא פרויען וואס שרייבן.
מ'זעהט שוין דעם מנהג אויף ק"ש צו חושד זיין אז די פרויען זענען סתם מענער טראללס
לא הבנתי... אפשר ביסטו בעסער מסביר?
זיי האבן א פרוי ניק און מ'רעדט צו זיי ווי אזוי?
ווואס גייט העלפן ווערעפייען?
מ'דארף קלאר זאגן אז יא ס'איז דא פרויען און אויב א ניק האט א פרויענ'ישע נאמען איז עס גאנץ מעגליך א פרוי... הגם איך זעה נישט זאל שטארק אויסמאכן, מ'דארף רעדן מיט רעספעקט צו א צווייטע ניק, נישט קיין חילוק די זשענדער.
ס'דא וואס רודפ'ן פרויען אויף קרעמל
מיינסט אין אישי?
 
@כספי פון ספעם אישי'ס צו פרויען אויף קרעמל האב איך נישט געהערט
הגם כ'האב היינט באקומען אן אישי "דו האסט עני הייסע ווידאוס אויף גוגל דרייוו לינקס ובפרט PEEING IN THE PANTS VIDS"
איך ווייס נישט וואסערע ריעקשן צי געבן, א "לאך" אדער א "קרעיזי" אדער "צום וויינען"? איך זעה די לאכסט, איי געס דאס איז דיין קאפינג מעקעניזעם פאר אזאנאכע משוגעים...
 
איי געסס די וואס וואקסן אויף אינעם סיסטעם מעגן זיך אויסלערנען ווי אזוי מ'רעדט צו פרויען אנשטאט פון מיינען אז זיי זענען סתם משוגע און קינדעריש...
ס'איז אבער מיין איך א 2 וועי סטריט, פרויען וואס וואקסן אויף אין די סיסטעם זענען נישט ציגעוואונט צי א עכטע מענערישע (שמיציגע) שפראך..

למשל, ווען מיין ווייב וויל זאגן א מיסע ווארט זאגט זי "OMG" ניטאמאל זאגט צי ארויס די ווערטער, דזשאסט די ראשי תיבות,

די פרויען וואס דזשאונען קרעמל דארפן וויסן אז זיי דארפן האבן מער פארגיוונעס צי די מענערישע שפראך,
 
איך ווייס נישט וואסערע ריעקשן צי געבן, א "לאך" אדער א "קרעיזי" אדער "צום וויינען"? איך זעה די לאכסט, איי געס דאס איז דיין קאפינג מעקעניזעם פאר אזאנאכע משוגעים...
מ'קען עס באריכטן און יענער ניק וועט ווערן אויסגעשפארט
יענער זאל טאקע אויפהערן אויב ער וויל בלייבן אין קרעמל ווייל איינער גייט אים באריכטן.

די פרויען וואס דזשאונען קרעמל דארפן וויסן אז זיי דארפן האבן מער פארגיוונעס צי די מענערישע שפראך,
לכאו' ווענד זיך אויף וואס... ווען מ'רעדט סתם אזוי דברים של מה בכך וואס זאל זיין אנגיין, אבער אויב מ'רעדט צו א פרוי אדער וועגן פרויען איז דא א חילוק פון אויסדריק. שטעל זיך פאר ווי אזוי א פרוי פיהלט אויב ס'דא א גאנצע שנירל ווי מ'שיט פעך און שוועבל אויף זיי. כ'געדענק ליינען "פרויען האבן ליב צו פייניגען די מענער".

(מן הסתם האט יענער געמיינט צו שרייבן אז א פרוי וויל פיהלן אז איר מאן איז אזוי שטארק אז ער פארלירט זיך נישט ווען זי קאמפלעינט, ער האט איר ליב און האט איר ריקן.

והנה און אט די טבע פון די וועלט איז אז מענטשן פראבירן צו טון וואס זיי קענען צו באקומען וואס זיי ווילן. אויב ביסטו נישט אקעי מיט זיך ווען דיין ווייב ווייזט דיר א פנים זועפות, דו מיינסט אז איר מאאד ליגט אויף דיר כדי דו זאלסט שפירן גוט, דעמאלס געסטו איר א שטעקן צו באקומען וואס זי וויל.

און אויב דו ביסט אקעי אז זי בלאזט, זי מעג זיין אנגעווייטאגט און אפי' אויב ס'איז טאקע דיין שילד, דו ביסט אקעי און מכובד אין דיינע אייגענע אויגן און דו ווערסט נישט אנגעזעצט אדער אויפגערעגט דערפון, דאן האט זי גארנישט דערפון. פארקערט דו הייבסט אהן שטעלן באונדעריעס וואס זי קען טון ווען זי איז פרוסטרירט און וואס נישט. ווי אזוי זי קען עקספרעסן איר ווייטאג כדי דו זאלסט זעהן איר ווייטאג און ווי וועלכע אופנים דו טאלערירסט נישט.

שוין פארפארן... כדרכי...)


מיינסט אין אישי?
כ'האב נישט דורך געטון די פרטים, כ'ווייס נאר אז די עזרת נשים רעדן זיך אפ. א חלק איז לכאו' אישי.
 
איך מיין פרויען חוץ פון @שפרה לאווען און @ריקי רויז גייען ממילא נישט אנקומען דא, נישט ווייל סאיז נישט דא אזעלכע פרויען, און אויך נישט נאר ווייל ווי מ'וועט זיך אויפפירן צו זיי.
נאר ווייל די געפ און אונזער סאסייעטי צווישן מענער און פרויען און אזוי ריזיג, ס'איז ווי די גמרא זאגט א עם בפני עצמו, כ'וואלט אפילו געזאגט א אנדערע רעליגיע, זיי זענען אויפגעוואקסן מיט א צווייטע רעליגיע, אנדערע values, הלכות און מנהגים, זיי לערנען נישט די זעלבע זאכן,
און פשוט מ'קען זיך קוים צונויף רעדן, קיין מענערישע מקוה נייעס פארשטייען זיי נישט, קיין ידישע ספרים האבן זיי קיינמאל נישט געלערנט, חוץ פון די געקליבענע חלק וואס זיי האבן באקומען אין seminary, ארמישע לשונות פארשטייען זיי נישט, וכו' וכו'.

איך פשוט זע נישט וויאזוי ס‘זאל ארבעטן.
 
איך מיין פרויען חוץ פון @שפרה לאווען און @ריקי רויז גייען ממילא נישט אנקומען דא,
פון שעפטאל קוקט אויס אז ס'יא דא פרויען וואס ווילן שרייבן דא, נאר זיי האלטן זיך צירוק...
 
דעמאלס דארף מען טאקע טרעפן א עצה.
אפשר דארף מען אנהייבן נוצן מער די דיסקארד סערווער, וואס דארטן וועט עס ממילא זיין מער לייכט.
יעצט האט שוין קרעמל אסאך מער מעמבערס, אפשר דארף מען עס אויפפרישן.

איך לייג אריין די לינק דא 👇🏽
ס'וועט זיך האלטן פאר זיבן טעג
Join the קרעמל Discord Server!

* עצה טובה, טויש דיין ניק און נוץ נישט דיין עכטע נאמען.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top