כ'וויל אויך מוחה זיין אויף דער פערזענליכער אטאקע אויף סיי וועם, ספעציעל ווען מ'רעדט פון איינעם וואס גיבט זיך אוועק בגוף ובנפש פאר דער הצלחה פון דעם סייט שלא ע"מ לקבל פרס שעות ע"ג שעות.
אלס אן אדמיניסטראטאר און איינער וואס קען זיך גוט מיט שעפטאל, קען איך בלויז זאגן שבחים אויף זיין געטריישאפט און צוגעלאזנקייט, און יא, ער איז א מאדעראטאר, ער האט דאס קיינמאל באהאלטן, און ער איז זייער אנשטענדיג מיט זיין פאזיציע.
ער האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס אויף דער אייגענער האנט אן זיך דורכרעדן מיט אנדערע מאדס, און ער איז א ריכטיגער טיעם פלעיער וואס זיינע אייגענע איבערלעבענישן און מיינונגען זענען כלל נישט א פאקטאר ביים העלפן מאדעראטירן דעם סייט.
יעצט אפגעזען אייער פריוואטע מיינונג אויף סייקעדעליקס, איז אנרופן אזא איינעם אן "אנגעדראגטער" זייער נישט רעספעקטפול, מילד גערעדט.
יא, אויף קרעמל מעג מען רעדן וועגן סייקעדעליקס, פונקט ווי מ'מעג רעדן פון אלע אנדערע טאבו נושאים אין אונזער געזעלשאפט, אדער וועגן סיי וואס. און דאס איז נישט אין קיין וואקום, שעפטאל רעדט נישט צו די פיר ווענט, דער פאקט איז אז א שיינער פראצענט פון אונזער עולם איז אריינגעטון אין די זאכן, נישט קיין נפק"מ די סיבה דערצו, און קרעמל איז טאקע דער פלאץ וואו מ'קען דאס אויסשמועסן.
בנוגע די אנגעבליכע דברי כפירה.
כ'וויל אוודאי נישט אריינגיין אין א פריוואטער מענטש'ס אמונות און דיין בליק אויף וואס איז כפירה אדער אמונה, כ'וויל מיך בלויז באציען אויפ'ן גרויסן בילד:
ס'קען זיין שווער צו כאפן דעם באדייט, אבער קרעמל איז דא פאר "פרייהייט פון אויסדרוק". ס'איז א פלאטפארמע צו קענען שרייבן סיי וועלכע מיינונג אויף סיי וועלכן נושא.
ס'איז אייביג דא די אפציע צו איגנארירן א ספעציפישן באניצער אדער נישט אריינגיין אין די דעזיגנירטע מקומות פאר ענייני אמונה.
---
כ'האב מיך געווענליך נישט ליב אריינצומישן, און
@איך אויך איז אוודאי בארעכטיגט אויסצודריקן זיין וואלידע מיינונג, כ'האלט נאר אז דער זעלבער תוכן וואלט געקענט געשריבן ווערן נישט פערזענליך און מיט מער מענטשליכקייט און סענסיטיוויטעט.