שלמה המלך: שווארצע פרויען זענען שיין

שדיים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 14, 2024
מעסעדזשעס
176
רעאקציע ראטע
468
שלמה המלך האט ליב שווארצע פרויען

(דיסקלעימער: איך האב שטארק געקווענקלט ביים עפענען דעם שנירל, וואס צו שרייבן און ווי אזוי צו שרייבן. דעריבער, אויב האלט איינער אז די נושא איז נישט פאסיג, אדער אויב דער נוסח פונעם קעפל איז נישט פאסיג, זאל מען מיר ביטע מעלדן פריוואט, איך בין גרייט צו טוישן אדער אפילו אינגאנצן אראפנעמען דעם אשכול - אויב עס וועט זיין אסאך פארלאנגען דערפאר.)

אין תנ"ך ווערט פארגעשטעלט מיט א ברייטקייט דאס לעבן פון שלמה המלך, אריינגערעכנט זיין גרויס חכמה, זיין ברייטע עשירות און זיין אויסגעשפרייטע קעניגרייך, ווי אויך נאך זאכן. צווישן די זאכן וואס דער פסוק לייגט אראפ א גרויסע געוויכט דערויף, זענען די פרויען פון שלמה המלך. אבער טראצדעם וואס דער פסוק פארברייטערט עטוואס דעם שמועס דערין, לאזט דיר דער פסוק טראכטן אז נישט אלעס איז געשריבן געווארן. דער פסוק דערציילט אונז איבער טויזנט פרויען, וואס דריי הונדערט דערפון זענען געווען פלגשים, אבער דערפון ווייסן מיר בלויז געציילטע, ווער פונקטליך זיי זענען געווען. אפילו איבער די טאכטער פון פרעה, וואס ווערט דערמאנט עטליכע מאל במשך דאס לעבן פון שלמה המלך, און דער פסוק זאגט אונז קלאר אז שלמה האט איר שטארק ליב געהאט, איז נישט פארהאן קיין פונקטליכע פרטים איבער איר און וואס פונקטליך איר ראלע איז געווען אין דאס לעבן פון שלמה.

פארט, ווען מיר קוקן אריין אביסל איבער די פרויען פון שלמה המלך, געפינען מיר אז עפעס האט שלמה געהאט אן ענין דווקא אין שווארצע פרויען. קודם-כל קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון פרעה'ס טאכטער, וועלכע איז לכאורה געווען א שווארצע מיידל, און איר האט שלמה ליב געהאט מער פון אלע אנדערע פרויען און ער האט איר געהאלטן חשוב און טייער. מען קען אסאך ארומרעדן איבער פרעה'ס טאכטער, אבער עס איז קלאר אז שלמה האט איר שטארק געגליכן און איר גאר שטארק ליב געהאט.

ווען מיר קוקן אין פסוק ווער עס זענען געווען די פרויען פון שלמה, געפינען מיר: "והמלך שלמה אהב נשים נכריות רבות... מואביות, עמוניות, אדומיות, צדוניות, חתיות" - בקיצור, א שיין חלק דערפון זענען זיכער געווען שווארצע פרויען... שלמה המלך האט זיי ליב געהאט, אזוי ווי דער פסוק אליין איז מעיד אויף שלמה המלך.

ווער רעדט נאך פון דער ראמאנטישע באזוך פון די קעניגן פון שבא. דא רעדט זיך לכאורה פון אן ערנסטע באזוך; א קלוגע קעניגן איז געקומען זיך איבערצייגן אין די חכמה פון שלמה המלך, וואס איז געווען מפורסם אין די גאנצע וועלט, זי האט געוואלט שמועסן מיט אים און ווערן אימפרעסט פון זיין חכמה. אנדערע ווילן לערנען אז זי האט געוואלט אנקניפן פאליטישע באציאונגען מיט שלמה המלך אין זיין מלוכה, אבער ווי אזוי עס זאל נאר זיין, האט עס געזאלט הייסן אן ערנסטע באזוך. אבער... זייענדיג אליין מיט שלמה המלך, פארברענגענדיג מיט אים, איז געשען וואס עס איז געשען... זי איז דאך א שיינע שווארצע, בא'חנ'ט אין די אויגן פון שלמה המלך. עס איז געגאנגען א טריט פאר א טריט, און זיי האבן זיך דערזען אינאיינעם אין איין בעט - דער גרויסער בארימטער קעניג, מיט די שיינע שווארצע שבא קעניגן, האבן זיך פארליבט, ונתן לה המלך את כל חפצה, און עס איז געשען וואס עס איז געשען...

מיר קענען זיך נישט פארהוילן פון די ווערטער פון חז"ל, וועלכע רעדן ארום פון די חידות וואס די שבא קעניגן האט פארגעשטעלט פאר שלמה המלך. דער פסוק דערציילט אונז אז זי האט אים געפרעגט חידות, אבער עס שטייט נישט דארט וועלכע חידות זי האט אים געפרעגט, דאס זענען אונז חז"ל מגלה און זיי דערציילן אונז יא. לויט חז"ל רעדט זיך עס פון ראמאנטישע חידות און שאלות, וואס די שווארצע קעניגן האט געפרעגט און שלמה האט דערויף געדארפט ענטפערן. ער האט געדארפט געסן צווישן א שורה פון קינדער אנגעטון אייניג, ווער פון זיי עס זענען מענער און ווער עס זענען פרויען. ער האט געדארפט אויסטרעפן צווישן א שורה קנעכט, ווער עס איז גע'מל'עט און ווער נישט. צווישן א שורה מיידלעך, ווער עס איז א בתולה און ווער עס איז א בעולה. נאך חידות וואס האבן קלאר צו טון מיט די סארט ענינים.

עס איז דעריבער גאנץ פארשטענדליך, ווי אזוי עס האט זיך פון די חידות אנטוויקלט א ליבע געשיכטע צווישן די צוויי. אבער וואס עס איז אונז נוגע, איז דער פאקט אז זי איז געווען א שווארצע, און דארט האט עס אויסגעקלאפט.

צום לעצט; מוזן מיר דערמאנען די ליבע ווערטער וואס שלמה המלך צייכנט אן אין שיר-השירים, "שחורה אני ונאוה". אויף וועלכע שיינע מיידל האט שלמה אויסגעדרוקט זיין שטארקע אהבה? - עס איז נישט קלאר, ווייל דער פסוק דערציילט דאס אונז נישט. אבער עפעס א שווארצע מיידל איז דארט געווען צווישן זיינע טויזנט ווייבער, אויף וועמען שלמה האט אויסגעדרוקט אויף איר אזעלכע הערליכע ווערטער, "שחורה אני ונאוה".

דעריבער, שלמה המלך - דער חכם מכל אדם, וואס אלע מעגליכקייטן זענען געווען אין זיינע הענט, איז מעיד און מיט זיין מויל און מיט זיינע מעשים, אז שווארצע פרויען זענען שיין. זיי האט ער ליב געהאט און זיי האט ער אויסגעקליבן פאר פרויען.

"שחורה אני ונאוה"!
 
לויט די מפרשים איז פשט אז "שחורה אני" און אפי' אזוי איז זי שיין ווען די שווארצייט וועט אוועקגיין אדער וועגן אנדערע סיבות, וואס ווייזט אז שווארצע פרויען זענען בעצם נישט שיין,
אגב אין שלשלת הקבלה (וואס איז נישט מוסמך) שטייט אז מלכת שבא איז נתעבר געווארן פון שלמה המלך.
 
אראבער זענען נישט שווארץ, זענען טונקל, און יא אראבער זענען הייסן צו זייער שיין, שווארץ זענען פון אפריקע
 
ווי נפה שרייבט שוין, די פשוטע פשט אין פסוק איז אז שוווארצקייט איז געווענליך א חיסרון.

אויב די מצריות, עמוניות, מואביות וכו' זענען שווארץ, וועלכע קאליר זענען די עבריים?

אין משנה נגעים פרק ב' משנה א' ווערט געברענגט "רבי ישמעאל אומר, בני ישראל, אני כפרתן, הרי הן כאשכרוע, לא שחורים ולא לבנים, אלא בינוניים."

(דרך אגב, אז די דערמאנסט שוין חז"ל בנוגע מלכת שבא, איז פאסיג אנצימערקן די גמרא בבא בתרא טו: "אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן: כל האומר מלכת שבא אשה הייתה אינו אלא טועה.")
 
ס'איז אינטערסאנט, אז מענטשן מאלן אויס זאכן אין קאפ לפי די היינטיגע מציאות, און דורך דעם לימיט מען די אימעדזשינעישאן. למשל די קול, ווען מ'לערנט ספרים פון תלמידי בע"ש מיט געשמאק קען מען זיך איין רעדן אז די שפראך און הברה פונעם מחבר איז ווי די סלענג פון אונזער היימישע עובדים אין וויליאמסבורג, אבער באמת קען עס זיין א העווי רוסישער אקצענט, ווי די פארצייטישע קאר סערוויס דרייווערס. אדער ווען מ'לערנט שו"ת דברי חיים שטעלט מען זיך פאר צאנזער רב סאונד ווי א פרומער למדן, אנשטאט זיך פארשטעלן העווי פוילישע/גאליציאנע אקצענט און אויסדריקן, וכן די ערוגת הבושם מיט אן אלטן אונגארישער אקצענט.

די זעלבע מיט וויזואל. מיר זענען צוגעוואוינט צו די בלעק און ווייט פיקטשערס פון אמאל. מ'איז זיך מצייר אין קאפ אן עולם מלא פון הונדערטע צו טויזענטער יארן אלס מאנאקראם. אדער ליכטיגקייט, אז מ'דערציילט אן עובדא אז די בע"ש הק' איז ארויס פון צימער און אריין אין ביהמ"ד צו די חבריא קדישא, איז מען מצייר א ביהמ"ד כאילו מיט לייטס, ווען רוב שעות פון טאג איז געווען טונקל'יש ווייל דו זון האט נישט אריין געשיינט דיירעקטלי. ווער רעדט נאך פון ביינאכט, וואס אפילו מיט לעכט איז די צורה א גלומי געל.

אדער מיט קליידער, ר' סעדיה גאון מוז נישט זיין אז ער איז געגאנגען מיט אונזער רבנישע בארינג שווארץ/ווייס רבנישע קאלאר סקיעם. קען גאר זיין אז די שיינע יודען פלעגען גיין מיט א געוועבטע קאלירטע טעפיך ווי א קעיפּ, צוזאם געהאלטן מיט א דיקע גאלדענע בלינג קייטן. ווער רעדט נאך פון די סנדלים, נישט געווען אזא זאך פון פערטל שיך. די זעלבע מיט דיימענשאנס, אפשר איז מרים הנביאה געווען קורץ און רונדיג מיט א לאנג שייטל, אנשטאט א דארע מיט א שפיצל. אדער ווען ס'שטייט אין נ"ך אז דער האט חתונה געהאט מיט יענעם, שטעלט מען זיך פאר א שיינע זיסע יונגע קאפל, ווען ס'קען גאר זיין א גרויע איינגעהאוקערטע פאר פאלק.
 
(דרך אגב, אז די דערמאנסט שוין חז"ל בנוגע מלכת שבא, איז פאסיג אנצימערקן די גמרא בבא בתרא טו: "אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן: כל האומר מלכת שבא אשה הייתה אינו אלא טועה.")
עס איז נישט קיין ספק אז די מלכת שבא איז געווען א פרוי. קוקנדיג אין פסוק, באציט מען זיך צו איר ווי צו א פרוי און נישט ווי צו א מאן און מען רופט איר שטענדיג אן בלשון נקבה. ווער רעדט נאך פון די מדרשים איבער איר פערזענליכקייט וכו'.

איי די גמרא? - די גמרא מיינט צו זאגן, אז מען זאל נישט אננעמען אז זי איז בלויז געווען די פרוי פון א קעניג, אבער נישט די פאקטישע פירערין פון לאנד, זאגט מען דעריבער אז "אינו אלא טועה". מען דארף אויך געדענקען, אז "שבא" איז א נאמען סיי פון א מענטש (מבני כוש) און סיי פון א לאנד, וויל די גמרא זאגן, אז מען רעדט פון די "לאנד" שבא, און נישט פון א מענטש וואס האט געהייסן שבא.

אבער עס איז אוממעגליך צו זאגן, אז דער וואס איז געקומען צו שלמה המלך איז געווען א מאן.
 
אין שיר השירים רעדט מען דוקא נישט פון קיין געבוירענע שווארצע פרוי, ווייל דארט שטייט דאך כי שזפתני השמש דהיינו זי זאגט עם קוק מיך נישט אן אלץ א שווארצע ווייל איך בין שווארץ געווארען פונעם זין אבער בעצם בין איך ווייס.

שנית, די גמרא זאגט אז ווען מען זעהט א שווארצער מאכט מען משנה הבריות, אז ס׳וואלטן זיך אזוי געדרייט שווארצע אינטער די פיס וואלט מען נישט מתקן געוועהן קיין ברכה אויף זיי ווייל ס׳בכלל נישט קיין שינוי.

נישט אז ס׳איז עפעס wראנג זיך צי באליבען אין א שווארצער, די מציאות מיט שלמה המלך איז אבער נישט אזוי געוועהן.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז בת פרעה געווען, אויב נישט קיין שווארצע? - שלמה המלך האט איר זייער ליב געהאט!
וואס איז מלכת שבא געווען, אויב נישט קיין שווארצע? - שלמה המלך איז געפאלן פאר איר און אומגעפלאנט (אדער גאר טיכטיג דורכגעפלאנט...), איז ער אריינגעפאלן אין ליבע מיט איר.
חתיות, צדוניות זענען בלי ספק שווארצע...

דאס מיינט אז ער איז געפאלן פאר שווארצע...
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז נישט קיין ספק אז די מלכת שבא איז געווען א פרוי. קוקנדיג אין פסוק, באציט מען זיך צו איר ווי צו א פרוי און נישט ווי צו א מאן און מען רופט איר שטענדיג אן בלשון נקבה. ווער רעדט נאך פון די מדרשים איבער איר פערזענליכקייט וכו'.

איי די גמרא? - די גמרא מיינט צו זאגן, אז מען זאל נישט אננעמען אז זי איז בלויז געווען די פרוי פון א קעניג, אבער נישט די פאקטישע פירערין פון לאנד, זאגט מען דעריבער אז "אינו אלא טועה". מען דארף אויך געדענקען, אז "שבא" איז א נאמען סיי פון א מענטש (מבני כוש) און סיי פון א לאנד, וויל די גמרא זאגן, אז מען רעדט פון די "לאנד" שבא, און נישט פון א מענטש וואס האט געהייסן שבא.

אבער עס איז אוממעגליך צו זאגן, אז דער וואס איז געקומען צו שלמה המלך איז געווען א מאן.
איר טוט צום גמרא וואס די גמרא האט געטוהן צום פסוק.
 
עס איז אוממעגליך אז די גמרא זאל מיינען צו זאגן, אז מען רעדט פון א מאן וואס איז געקומען צום קעניג... ס'איז אזוי ווי דו זאלסט מיר זאגן אז די גמרא זאגט, אז "אלה תולדות נח" מיינט, "דאס איז די טאטע פון אדם הראשון"... דער פסוק זאגט דאך קליפ און קלאר אנדערש.

קוק אריין אלע מפרשים על הש"ס, וועסטו שוין זען פשטים וואס די גמרא מיינט צו זאגן. דער מהרש"א זאגט קלאר אויף די גמרא, אז די גמרא מיינט נישט צו זאגן אז ס'איז נישט געווען קיין פרוי, נאר אז זי איז געקומען אין נאמען פון די מלוכה וכו'.

ס'איז נישט קיין ספק אז דא רעדט מען פון א פרוי, וכל המדרשים יוכיחו... די סיפור מיט די האריגע פיס, מיט די באציאונגען וכו' וכו'.
 
ווער האט איינגערעדט אז שווארץ איז מיאוס און דערנאך ווען מ'לערנט אפ אזוי פיל מאל אז ס'איז נאר געווען כעין שווארץ, נעמט מען עס אן אזוי ווייט כאילו דאס סעט די טאון פון פרעפרענס, ווען ס'קען גאר זיין לכתחילה שיין און מענטשען האבן דעמאלט אפרישיעטעד א יוניק סקין קאליר אפילו אז ס'געווען פרעמד. איי די ראיות אז ס'איז נישט ממש שווארץ, דאס איז אויך נישט קיין סתירה צו די פרעמיס אז שווארץ קען גאר זיין הערליך ביי דיפָאלט.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס איז בת פרעה געווען, אויב נישט קיין שווארצע?
לויט געוויסע חוקרים איז סיאמון פון די 21'סטע דינעסטיע געווען דער שווער פון שלמה. קען מען נאכקוקן צו די 21'סט דינעסטיע זענען געווען שווארץ.
 
אין שיר השירים רעדט מען דוקא נישט פון קיין געבוירענע שווארצע פרוי, ווייל דארט שטייט דאך כי שזפתני השמש דהיינו זי זאגט עם קוק מיך נישט או אלץ א שווארצע ווייל איך בין שווארץ געווארען פונעם זין אבער בעצם בין איך ווייס.
טענד איז דאך זיכער א מעלה…
 
בכלל די שידוך פון שלמה מיט בת פרעה וכו' האט לאו דווקא געהאט אפילו א מינדערע שייכות מיט ליעבע. עס איז געווען צום אלעם ערשטען א פאליטישע שידוך, כמנהג המלכים בכל הדורות.
 
האלא, דער פסוק הערט נישט אויף צו זאגן, ווי שטארק שלמה האט ליב געהאט די בת פרעה... אה, סתם פאליטיק - הא?

(והמלך שלמה אהב נשים נוכריות רבות, ואת בת פרעה...)
 
בכלל די שידוך פון שלמה מיט בת פרעה וכו' האט לאו דווקא געהאט אפילו א מינדערע שייכות מיט ליעבע. עס איז געווען צום אלעם ערשטען א פאליטישע שידוך, כמנהג המלכים בכל הדורות.
אין פאליטישע שידוכים איז נישטא קיין ליבע?

פארקערט דארט איז ערשט דא ראמענטיק דראמא
 
סא, ווען סאטמאר רבי איז זיך משדך מיט באבוב, איז נישטא קיין ליבע צווישן מאן און פרוי? - כ'הער...
 
משה רבינו האט אויך ליב געהאט שווארצע צוקער על פי פשט (פארדעם האט ער זיך אפגעשייט פון איר פאר קבלת התורה, ווייל צוקער פארשטאפט די קאפ).

אויף קליאפעטרה איז אויך דא א דעבאטע צי זי איז שווארץ געווען.

דאס אז שלמה האט האט מפתה געווען די מלכה ביז עס איז געווען א שו"א נע, ווערט בכלל נישט געברענגט אין נ"ך.

דאס וואס די גמרא זאגט אז זי איז בעצם געווען א מאן, האב איך אמאל געזען ערגעץ אז די לעגענדע ווערט אויך געברענגט אין גויישע מקורות.
 
וואס איז בת פרעה געווען, אויב נישט קיין שווארצע? - שלמה המלך האט איר זייער ליב געהאט!
וואס איז מלכת שבא געווען, אויב נישט קיין שווארצע? - שלמה המלך איז געפאלן פאר איר און אומגעפלאנט (אדער גאר טיכטיג דורכגעפלאנט...), איז ער אריינגעפאלן אין ליבע מיט איר.
חתיות, צדוניות זענען בלי ספק שווארצע...
נאר בת פרעה איז געווען שווארץ, מלכת שבא איז לכאורה געווען מיטל מזרח קאליר די זעלבע ווי די אידן בימים ההם, און די זעלבע מיט די חתים און צידונים וואס זענען כנענים וואס זענען נישט געווען שווארץ.
 
Back
Top