קענעדי ביים דברי יואל - טראמפ אין גאטליב’ס!

אלע צוזאמען

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
24
רעאקציע ראטע
96
קומט אריין די פריידיגע(?) נייעס אז ’דאנעלד טראמפ’ גייט אפשטאטן א באזוך ביינאונז אין שטעטל וויליאמסבורג דעם דאנערשטאג איינצוקויפן מאכלי שבת פארן טאכטער אין איידים, אינעם באקאנטן גאטליב’ס רעסטוראנט.
 
דאנערשטאג אין גאטליעבס…

8fdb3504-f1d7-4e66-9b82-d55946200719.jpeg
 
געווען אמאל א רעסטוראנט וואס פלעגט האבן אן ״instant heart attack platter״ לכבוד ליל שישי, די פראגע איז אויב גאטליעבס פארמאגט אזוינע
 
ווען איז קענעדי געקומען צום סאטמארער רבין?
 
כ׳האף חיימאו וועט נישט שרייען דארטן. לעטס געט נעיקעד
גראדע חיימאו און טראמפ קוקן אויס גאנץ אייניג און פירן זיך אויף די זעלבע, אויב טראמפ וואלט ווען געווארן אויפגעצויגן אין א חסידישע הויז וואלט ער אויכט געווען אין פראנט פין איחוד קאנטרי מיט הצלה זשעקעט און סקענער.
 
לאמיר האפן אז די וויליאמסבורגער וועלן מאכן א קידוש השם
 
א חידוש

א רבי פון פלארידע קומט קיין וויליאמסבורג ַפאר א באזוך, געווענליך טרעוולען די רבי'ס פון וויליאמסבורג קיין פלארידע...
 
לאמיר ווייזן פאר גאנץ אמעריקע דעם דאנערשטיג, אפי' מיר זענען אויך אימיגראנטן עסן מיר נישט קיין הונט פלייש. עסקנים זאלן זיכער מאכן אז מען זאל זיך ארומדרייען מיט הונט און ווייזן פאר טראמפ'ן אז מיר זענען הונט ליבהאָבער.
 
לעצט רעדאגירט:
טראמפ זאל נאר נישט פארזוכן פון די טשאלנט... ער'ט זיך פארדארבן דעם מאגן...
 
געהעריג מלך בשדה, מען קען פויעלען אויב איינער וויל קען ער מיר אריינשיקען א קוויטעל
 
מען דארף ווארענען די סיקרעט סערוויס די דעינדזור נאך דעם וואס טראמפ גייט עסן די טשולענט די נפחערייען omg
ער וויל פשוט ווייזען פאר קושנער אז ער קען אויכט
 
Back
Top