יסורים בלי תכלית

נאמען

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 2, 2024
מעסעדזשעס
136
רעאקציע ראטע
336
יא, דער שאלה איז פארוואס סאיז דא יסירים אין עקסיזטענץ.

אבער דאס איז נישט דער זארג.

די זארג איז ווער עס פרעגט די שאלה.

וואָס איז זיין מאטיוויציע?

.

אין דאס איז דער ענטפער.

ביסטו געניג נייגעריג צו באצאלן דערפאר מיט אזוי סאך ליידעניש?

און מיט וועמענס ליידעניש באצאלסט דו?

ווער איז דער מקשן אין פון ווי פרעגט ער?

פון דער חלל וואס ערהאלט דער דערשפירטער הארץ קלאפ?

וועלכער קלאפ פרעגט.

דער דערשפירטער קלאפ אדער דער וואס איז נאר אן השערה ( יענעמס הארץ קלאפ וואס איז באוויסט צו דיר, נאר נאכן פארגלייכן יענעמס צו דיינע קלאפ)?

אויב די האסט עכט געהאט גענוג,
דעמאלטס,


א תפילה.

צו מיר טייערער תפילה וואס צילט צו (דעם אינערליכער) גאָט.
ביטע באשענק מיר דעם קוראזש צו איינזאפן דעם אמת אזוי ווי עס עקזיסטירט (ווען וויסנשאפט איז טאקע פארהאן דאָ יעצט),

אין דאס רואיגקייט צו פארנעמען דער וויסענשאפט מאנגל (און צייטן וואס א מאנגל הערשט),

דאס רואיגקייט זיך אונטערצוגעבן צו מיר דער מיסטעריעזע איך אונדערווייניג,

אין די חכמה צו דערשפירן דער חילוק

דער חילוק פון די צוויי זמנים (וועלכע עקזיסטירט ווען)
אין אויך דער חילוק פון די צוויי סארטן וויסענשאפט (ענווהדיגער וויסענשאפט אין גאווהדיגע וויסענשאפט).
 
"דאס רואיגקייט צו פארנעמען דער וויסענשאפט מאנגל"
דאכט זיך אז דאס נעמט א געוואלד מיט שטארקייט
און א געזונטע עניוות
 
"דאס רואיגקייט צו פארנעמען דער וויסענשאפט מאנגל"
דאכט זיך אז דאס נעמט א געוואלד מיט שטארקייט
און א געזונטע עניוות
דאס שטארקייט קען קומען פון דעם דרייסט צו מודה זיין אין אמת'ער וויסנשאפט.

1000107871.jpg
 
Back
Top