עצרת תפילה קעגן גזירת גיוס - א' נצבים וילך

קראך הוט

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 16, 2024
מעסעדזשעס
65
רעאקציע ראטע
69
א היסטארישע עצרת תפלה ווערט געפלאנט אין ליכט פון די לעצטיגע פארערגערונג אין די גזירת גיוס בני הישיבות אין ארה"ק, וואו טויזענטע בחורים האבן באקומען א מעלדונג אז זיי ברויכן זיך שטעלן אין מיליטער.

ווי באקאנט פאר יעדעם, איז די וועלט אויפגעשאקלט געווארן און גרויסע הפגנות האבן נאכגעפאלגט אין ארה"ק אין צוגאב צו קול קורא'ס פון אלע אדמו"רים ורבנים וואס האבן ארויסגעברענגט די איסור פון זיך שטעלן אין מיליטער.

אצינד איז געקומען די צייט פאר בני חוץ לארץ צו זיך ארויסשטעלן און ווייזן אז מיר זענען נישט איינשטימיג מיט די געזעץ וואס ווערט אינפארסירט אנטקעגן די תורה, און מיר שטעלן זיך דערקעגן און מיר וועלן ארויסווייזן שטיצע אין ריכטונג פון די בני ארה"ק וואס שטעלן א ווידערשטאנד.

די עסקנים פון סאטמאר מהר"א האבן אינאיינעם אנגעהויבן פלאנירן עטליכע חדשים צוריק א ערנסטע עצרת וואס זאל אויפשאקלען סיי וועמען און ווייזן א שטארקע סטעיטמענט פאר די רעגירונג אין ארה"ק אז מיר זענען נישט מיט זיי. אין די לעצטערע וואכן זענען שוין די הכנות געווארן פיבערהאפטיג און מ'האט אנגעהויבן אויסשמועסן בכובד ראש די שאלה פון מי ומי ההולכים.

עטליכע פון די מהר"א עסקנים האבן מיט א צוזאמארבעט מיט עסקני מהרי"י אויסגעהאמערט אז מהרי"י ווערט פראקלאמירן די עצרת און אינאיינוועגס וועלן ביידע סאטמארע אדמורי"ם אדרעסירן די וויכטיגקייט פונעם עצרת ביים שולחן הטהור ביום כ"ו אב, און ביידע וועלן פארלאנגען ארויסצוגיין און מתפלל זיין ברוב עם לבטל את הגזירה, און אויסשרייען דעם הילכיגן קול המחאה און וויי געשריי אויף דעם ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות וואס וועט ווארשיינליך האבן א שטארקע איינדרוק און וועט אפקלינגען ביז ארה"ק ווי אונזערע ברודער המצפים לישועה געפינען זיך.

אין די יעצטיגע טעג קומען פאר פארהאנדלונגען דורך די ראשי העסקנים וואס שטייען אין שפיץ פון די עצרת מיט עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן פונעם יהדות החרדית אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן. אזוי אויך גייען די עסקנים ארום בבתי האדמורי"ם ורבנים צו לאדענען צום גרויסארטיגן עצרת און אויסשמועסן די דעטאלן.

מצד קהלת סאטמאר מהרי"י: הרב יצחק שטערן
מצד קהלת סאטמאר מהר"א: רבי ישראל לאנדא און רבי אברהם יוסף פריעדמאן

די ברודער האדמורי"ם מוויזניץ האבן שוין געגעבן זייער שטיצע און געזאגט אז זיי וועלן אנטייל נעמען און אזוי אויך ארויסשיקן די חסידים זיך צו משתתף זיין. האדמו"ר מסקווירא האט אויך געזאגט אז ער וועט ארויסשיקן די חסידים, צו סקווירא רבי אליין וועט גיין איז דערווייל נאכנישט קלאר. האדמו"ר מבאבוב שטעלט זיך דערקעגן און וויל נישט הערן פון דעם עצרת.
 
מודעה פון קהלת סאטמאר המר"א
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20240828-WA0270.jpg
    IMG-20240828-WA0270.jpg
    182.4 KB · געזען: 14

איך ווייס נישט.

אבער עס זעט אויס אז ער ווערט גרויס מיט די מהלך אז יעדער רעדט אז ער קומט נישט... ביי כינוס כלל ישראל איז זיין קהילה אויך געווען אויסגעשלאסן, נאכדעם וואס באבובע רב איז נישט געווען איינשטימונג.
 
אז מהרי"י ווערט פראקלאמירן די עצרת און אינאיינוועגס וועלן ביידע סאטמארע אדמורי"ם אדרעסירן די וויכטיגקייט פונעם עצרת ביים שולחן הטהור ביום כ"ו אב
למעשה איז שוין ארויס א צעטיל פון מהר״א
און פון מהרי״י האט מען נאכנישט געהערט?!?
 
למעשה איז שוין ארויס א צעטיל פון מהר״א
און פון מהרי״י האט מען נאכנישט געהערט?!?
גערעכט.

מהרי"י האט טאקע נאכנישט ארויסגעשטעלט א אפציעלע צעטיל. אבער לויט ווי איך האב געהערט וועלן ביידע אדמורים אין א טאג ארום בשעת'ן טיש לרגל כו' אב ארומרעדן דערוועגן ווי געשריבן אויבן.
 
האט נישט סאטמאר רב זיך צוריקגעהאלטן פון פראטעסטירן אין א שעת מלחמה?

עס איז טאקע א פראטעסט, אבער ווי איך פארשטיי איז די הויפט ציהל פון די עצרת צו ווייזן א פאראייניגטע קעגנערשאפט אויף די שרעקליכע גזירת גיוס בני הישיבות און אז מיר וועלן שטיין מיט אונזער ברודער אין ארה"ק וואס ווערן אונטערדרוקט דורך די רעגירונג
 
איך פרעג פארוואס פארקערט.

וואס האט אן אמעריקאנע יוד אריינצרעדן אין דעם ענין?!

עס איז דא א חוק אין מדינת ישראל וואס ווערט גערופן חוק הגיוס. געפעלט אייך נישט דעם חוק? פיין, עס איז דאך א דעמקראטישע לאנד, קום ארוס און לאז הערן דיין מיינוג, אבער וואספארא רעכט האסטו אלס נישט בירגער אין דעם לאנד דא צו פארפירן? אחוץ אנצוהאלטן דיין מסורה פון...... נו, האט ער דאך נישט דעם געוואלדיגן מסורה, סא וואס איז דיין שאלה!
 
ערשטנס, דורך די געוואלדיגע גיגאנטישע מגבית פאר די 'קרן עולם התורה', וואס האט צוזאם געשטעלט מער ווי הונדערט מיליאן דולר אין געציילטע טעג, האט מען גענוג און נאך פראטעסטירט.
צווייטענס, איך האב א פערזענליכע קפידא אז וואס יצחק שטערן טוט, טוט מען פארקערט. עס איז א סגולה פאר יראת שמים, גלאטע השקפות, און ביעור הרע.
דריטענס, זונטאג נצבים וילך איז די ערשטע טאג סליחות. איך האב אסאך צו טון אין יענע טעג. זאל דער וואס האט נישט געזינדיגט א גאנץ יאר, אדער זיין זינד גייען אים נישט אן, זיך באטייליגן אין אסיפות אויף יענעם טאג.
 
אקעי נאך אן איווענט ווי די סאטמארע ברידער וועלן קענען פייטן ווער איז גרעסער און שטערקער. האט נישט גארנישט מיט סתם טעקספעיערס וואס האבן א סדר היום.
ביי די וועי מיט וואס איז עס היסטאריש?
 
איך האב אן אנדערע עצה פאר די איזרעילי ליידיגייערס, עטץ קענטס ענק פאראייניגן ביי די וואלן און אריינוועלן אייערס א קאנדידאט. אדער קענט עטץ ארויסמופן פון די מלחמה-געפלאגטן מיטל מזרח איינמאל פאר אלעמאל.
אהה, עטץ גייט נישט צו די בחירות, אינו מכיר, נו איט יור און שיט. ס'איז די נארמאלסטע זאך אז א לאנד האט א דרעפט.
איך דארף נישט וועגן דעם שטיין אין א מוצאי זומער טאג צווישן פילע מקוה גייער אידן און ציילן זיבן מאל השם הוא האלוקים און שמע ישראל פארגעזאגט דורך צוויי בלוט פיינט/ברידער.
 
איך פרעג פארוואס פארקערט.

וואס האט אן אמעריקאנע יוד אריינצרעדן אין דעם ענין?!

עס איז דא א חוק אין מדינת ישראל וואס ווערט גערופן חוק הגיוס. געפעלט אייך נישט דעם חוק? פיין, עס איז דאך א דעמקראטישע לאנד, קום ארוס און לאז הערן דיין מיינוג, אבער וואספארא רעכט האסטו אלס נישט בירגער אין דעם לאנד דא צו פארפירן? אחוץ אנצוהאלטן דיין מסורה פון...... נו, האט ער דאך נישט דעם געוואלדיגן מסורה, סא וואס איז דיין שאלה!
אונז אלס חלק פון כלל ישראל טוען מיר מיטפילן מיט אחינו בני ישראל וואס זענען אין א שווערע צושטאנד און מיר האבן א חיוב זיך צו אננעמען פאר זיי. און ווי דו זאגסט, עס איז א דעמעקראטיש לאנד און יעדער מעג זיך לאזן הערן.
 
אקעי נאך אן איווענט ווי די סאטמארע ברידער וועלן קענען פייטן ווער איז גרעסער און שטערקער. האט נישט גארנישט מיט סתם טעקספעיערס וואס האבן א סדר היום.
ביי די וועי מיט וואס איז עס היסטאריש?

לויט ווי זיי זאגן וועט עס זיין די גרעסטע עצרת אין היסטאריע
 
מיין פילינג איז עס איז נישט די ריכטיגע צייט צו "שיקן א מעסעדז' קבל עמים" כלשונם, עס וועט ווערן אנגעקוקט מיט א נעגעטיווע בליק פון נאך א אנטי מדנ"י פראטעסט
 
אונז אלס חלק פון כלל ישראל טוען מיר מיטפילן מיט אחינו בני ישראל וואס זענען אין א שווערע צושטאנד און מיר האבן א חיוב זיך צו אננעמען פאר זיי. און ווי די זאגסט, עס איז א דעמעקראטיש לאנד און יעדער מעג זיך לאזן הערן.
אלס חלק פון כלל ישראל ווייס איך נישט אויב זיי זענען א חלק פון כלל ישראל. מן הסתם יא, אבער ס'זעט אויס ווי זיי האלטן נישט אזוי, ווייל עפעס און די סאטמאר געשטימטע צענטערן זעט מען נישט מער תהילים זאגן די גאנצע יאר פאר די באפרייאונג פון די פארכאפטע אין עזה. אנדערש איז אבער יא אין אלע אנדערע פלעצער, פון ליטוויש ביז ישיביש, ספרדיש, תימנע, חב"ד, א.א.וו. ווי מען זאגט יא למשל אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג פאר זיי.

דא זענען די בלאט/איד שרייבער פונקטליכע מבינים אויף ווען מען שרייבט חסידיש, ווען חרידיש, ווער עס באקומט נאר די טיטל אלס רעליגיעזער מאן וכו', ס'איז עפעס נישט איין כלל ישראל. אזוי זעט אויס.

אבער לעצם הענין ווי דו זאגטסט אז עס איז א שווערע צושטאנד, מיט וואס פונקטליך? יעדע מיליטער די לעצטע פאר הונדערט יאר האט שוין געהאט דרעפטס.
אין איזריעל איז שוין דאס א געזעץ פאר פילע יארן, אויב האט איינער געהאט א פראבלעם מיט דעם קען ער גיין צו א צווייטע לאנד.

אפשר זאל זיין אן עצרת תפילה אין לאנדאן פאר די אידן אין ניו יארק וואס צאלן נעבעך פון די מערסטע שטייער אין גאנץ אמעריקע.. ס'פאני, ניין? פארוואס, ווייל אז איינער דא האט א פראבלעם זאל ער זיך ארויפזעצן אויפן איי-95 אין אנקערן זיין זעל ביי די פלארידע בארטענעס. אז מען וואוינט אין נ"י צאלט מען. אז מען וואוינט אין איזריעל גייט מען אין מיליטער. ס'זייער א נארמאלע געזעץ און קיין צרה נישט.
 
לויט ווי זיי זאגן וועט עס זיין די גרעסטע עצרת אין היסטאריע
אן אריינגיין אין די פאקטן אויב סאיז טאקע די גרעסטע.. איז טערעסאנט אז די ארגענזירער ווייסן נאכנישט פינקטלעך ווער עס גייט קומען וכו' אבער ווייסן שוין אז אין פילע יארן פון יעצט וועט מען רעדן איבער די דאזיגע מנין מנחה (עצרת).

איך בייזער מיך פשוט ווייל די פאקט אז עס איז נאך א ליפטיגע איווענט וואס מען גייט זאגן 'וואס שטערט דיך איז די בחורים האבן אביסל כשר אינטערטעמענט' אנשטאטס מען זאל ביי זיי אריין לייגן אין קאפ מער תוכנדיגע זאכן. ואכמ"ל.
 
@טרעפיק זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די מציאות, אבער איך דיסעגרי מיט עטליכע פונקטן.

עס איז וואר אז מ'זעט טאקע ביי אנדערע מקומות אינדרויסן פון סאטמאר ווי מ'איז כסדר מתפלל און עס קומען פאר מערערע עצרת התעוררות בפרט ביי די ליטווישע און ספרדישע קרייזן. עס איז טאקע אינטערעסאנט אז ביי חסידים בכלל איז נישט אזוי אויפגעכאפט געווארן די תהלים זאגן פאר די באפרייאונג פון אונזערע ברודער הנתונים בצרה ובשביה, אפשר מוז מען טאקע אויפמערקזאם מאכן די רבנים און עסקנים דערוועגן, לכאורה קומט עס צוליב דעם וואס מ'האט אונז איינגעפלאנצן קרומע שיטות וואס איז אומקלאר און מ'האט נישט אויס פונקליך די מציאות, די אויגן ווערט פארבלענדעט ווען מ'זעט ווי די מדינת ישראל מיליטער איז אין קאמף, און מיר קוקן אן די גאנצע בילד ווי א אסור'דיגע זאך...

אויף דאס וואס דו שרייבסט אז אונזערע ברודער אין ארה"ק זענען נישט אין קיין שווערע צושטאנד, מיט דעם קריג איך זיך גענצליך מיט דיר. עס איז שוין געווען מערערע מאל וואס די רעגירונג האט זיך שטאנדהאפטיג ארויסגעשטעלט מיט ברוטאליטעט און פרובירט צו אריינצווינגען אין מיליטער, און עס איז טאקע שוין פארגעקומען הפגנות און עצרת התעוררות פאררופן דורך אלע גדולי ישראל, אבער די יעצטיגע מציאות צו וואס תושבי ארה"ק זענען אויסגעשטעלט איז נאכנישט געווען.

און איך האף אז די ביסט בלויז סארקאסטיש און באמת פארשטייסטו א חילוק צווישן די הויכע שטייער וואס מיר צאלן צו די שווערע מצב אין וואס תושבי ארצינו הק' געפינען זיך...
 
די אלע וואס זענען נהנה פון יעדע פעני פון די מדינה זאלן זיי מוחל זיין און צולייגן א האנט אז עס זאל האבן א קיום. די וואס נעמען נישט קיין געלט זאלן טאקע בלייבן פטור.
 
Back
Top