עצרת תפילה קעגן גזירת גיוס - א' נצבים וילך

photo_2024-09-02_17-47-47.jpg
photo_2024-09-02_17-47-48.jpg
 
איך האב מורא אז יעצט נאך די אמפעריי ביים ציון מיט מהרז"ל וועט ער זיך ארויסציען פון די גאנצע עצרת...
האסט גארנישט פון מורא האבן אפי ער קומט יא וועט עס גארנישט העלפן צו מבטל זיין די גויס....
 
די אלע וואס זענען נהנה פון יעדע פעני פון די מדינה זאלן זיי מוחל זיין און צולייגן א האנט אז עס זאל האבן א קיום. די וואס נעמען נישט קיין געלט זאלן טאקע בלייבן פטור.

אויב די מדינה שטיצט עזה איינוואוינער מיט טויזענטער טראק לאוד'ס מיט עסן און מעדיצין פארוואס זאלן זיי נישט שטיצן מאה שערים איינוואוינער
 
אויב די מדינה שטיצט עזה איינוואוינער מיט טויזענטער טראק לאוד'ס מיט עסן און מעדיצין פארוואס זאלן זיי נישט שטיצן מאה שערים איינוואוינער
זיי האבן פרובירט אריינצושיקן טראקס אויך קיין מאה שערים, ס'איז אבער געווארן געבלאקט ביים כיכר השבת פראטעסט...o_O
 
אויב די מדינה שטיצט עזה איינוואוינער מיט טויזענטער טראק לאוד'ס מיט עסן און מעדיצין פארוואס זאלן זיי נישט שטיצן מאה שערים איינוואוינער
דאס אריינשיקן עסן פאר דיין שונא, איז א מאדנע זאך.

אבער די מאה שערים חברה גייען נישט נעמען עפעס פון די מדינה עני וועי.
 
ווי גייט די מעמד פארקומען?
 
איך ווייס נישט.

אבער עס זעט אויס אז ער ווערט גרויס מיט די מהלך אז יעדער רעדט אז ער קומט נישט... ביי כינוס כלל ישראל איז זיין קהילה אויך געווען אויסגעשלאסן, נאכדעם וואס באבובע רב איז נישט געווען איינשטימונג.
פארוואס טאקע איז ער נישט געווען דעמאלס איינשטומינג?
 
עס וועט אסאך העלפען. די כנסת וועט מאכען א ספעציאלע זיצונג. ווייל אפאר אמעריקאנע אידאלאך זענען צוזאם געקומען שרייען פוי ציונים!

דרך אגב וואס איז דאס אנדערש ווי די מחריבי קרתא? ספעציאל יעצט... בשעת מלחמה
 
לעצט רעדאגירט:
עס וועט אסאך העלפען. די כנסת וועט מאכען א ספעציאלע זיצונג. ווייל אפאר אמעריקאנע אידאלאך זענען צוזאם געקומען שרייען פוי ציונים!

דרך אגב וואס איז דאס אנדערש ווי די מחריבי קרתא? ספעציאל יעצט... בשעת מלחמה
מ'גייט נישט רעדן קיין ווארט קעגן די ציוניסטן,
מ'גייט נאר רעדן וועגן די גזירות הגיות
 
מ'גייט נישט רעדן קיין ווארט קעגן די ציוניסטן,
מ'גייט נאר רעדן וועגן די גזירות הגיות
וואס פארשטייט א גוי? ווען די גוים קוקען צו? איך האב געהערט נאך זאגען בשם ר' יואל אליין אז א גוי וואס איז נישט א ציוניסט איז אן אנטיסעמיט.

צו ער האט עס אליין געזאגט צו א צוויטער האט עס געזאגט איז נישט די וויכטיג יעצט...אמת איז עס.

יעצט בשעת א מלחמה גייען די גוים זעהן ווי אידן קומען צוזאמען אנטקעגען ארץ ישראל
 
איך בין נייגעריג אויב די אמאליגע פארצייטישע מנהיגי הדור, וואלטן געמאכט אן עצרת, בלויז אייניגע טעג פאר די ימי הרחמים והרצון, ווי מ'זוכט ח"ו נישט מעורר זיין א קטרוג אויף קיין שום איד נישט
 
איך האב געהערט אז ס'ארבעט זיך נישט געהעריג אויס דערווייל, ס'קען נאך געקענסלט ווערן.

פון איינעם האב איך געהערט זאגן אז אויב ביידע סאטמארס וועלן נישט קענען אנפילן די פלאץ וועט נאר איין סאטמאר גיין, דעמאלטס וועט שוין זיין איבערגענוג מענטשן...
 
היינט ארום געגאנגען שמועות אז ס'איז קענסעל....

למעשה האב איך געזעהן אויף אייוועלט די פאלגענדע:

קאפי פעיסט איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאַלט
אין די מינוטן האט זיך געענדיגט דער אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), איבער די בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די ראשי ישיבות הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.

עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע אסיפה פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אן קיין דרשות.

אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבבות ישראל!

מען האט אויך באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

מען האט דערביי קלאר דן געווען איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות.

די החלטה איז געבליבן אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביים ערשטן אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, וואס יענע החלטה איז געווען געמאכט לתועלת הענין נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.

אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.

אצינד וועלן די עסקנים שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.

דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.

ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.
 
אינטערסאנט ווייל איך האב אויך געהערט אז ס'איז דא פראבלעמען און עס איז לכאו' געקענסעלט
 
יאפ, אויך אזוי געהערט, מהר”א האט באשלאסן ער קומט נאר מיט געוויסע תנאים. נישט זיין קיין דרשות, און נאך.
 
Back
Top