עצרת תפילה קעגן גזירת גיוס - א' נצבים וילך

לאמיר נעמען א לאנד ווי אמעריקע. דא איז נישטא קיין אקטיווע דרעפט, נאר אין א זמן מלחמה וכו'. דאס קומט אויס אז עס קענען זיין שווערע טויזענטער מענטשן אויף א פלאץ וואס קיינער פון זיי אדער גאר נאנטע משפחה/פריינט זענען אדער זענען געווען אין די מיליטער.

דאס מאכט אז אסאך מענטשן האבן נישט ממש א געפיל פאר א וועטעראן אדער מעמבער אוו סערוויס.

איינער וואס האט למשל א נאנטער וואס איז אפילו נאר א 911 ריספאנדער וועט אבער האבן מער א רעספעקט פאר אן אנדערע וואס איז יא, פשוט ווייל ער קען די זאך אביסל פון די נאנט.

אויב האט יענער א נאנטער וואס איז פארוואונדעט געווארן לייכט אדער פערמענאנט בשעת אין דינסט אדער גאר געשטארבן אין די ליין אוו דוטי דאן איז זיין כבוד און שעצונג פאר סיי וועלעכע מענטש אין פובליק סערוויס אסאך שטערקער.

יעצט, ווען עס איז געווען די וויעטנאמע מלחמה האט אמעריקע געמאכט א דרעפט, די אויסגאנג ווייסט יעדער איינער אז בשעת מעשה איז געווען גרויסע פראטעסטן אקעגן די דרעפט (כמעט אזוי היסטאריש ווי די קומענדיגע עצרת...), פארוואס האבן זיי זיך אקעגן געשטעלט? ווייל רוב האבן קיינמאל נישט געטון סיי וועלכע סארט פראנט ליין ארבעט. נישט זיי און נישט זייער באקאנטע, ממילא האבן זיי נישט קאנעקטעט צום פאקט אז מ'דרעפט די עולם צום דינסט. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט נאך פראבלעמען וואס האט געטוישט פון פראטעסטן צו רייאטן און געטוישט די גאנצע בילד. אבער די מיליטער פון זייער זייט האט יא געפילט אז זיי דארפן "מען פאוער" ממילא האבן זיי נישט געזען קיין שום פראבלעם פון צווינגען די עולם. דא אין ניו יארק פאר א משל, איז רוב וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום דרעפט מרצונם הטוב זענען טאקע געווען פאליציי און פייער לייט.

אנדערש איז אבער אין איזריעל וואס איז א קליינע לאנד, און דארט איז שוין יארן לאנג איינגעפירט אז מען דינט די מיליטער. אין דארט קומט אויס אז כמעט יעדער איז געווען אויפן פראנט ליין. כמעט יעדער דארט האט גאר נאנטע משפחה/פריינט וואס זענען שוין פאקטיש געשטארבן פארן לאנד. ממילא האבן זיי א נאטירליכע געפיל פאר די מיליטער.

כמעט יעדער זאג איך. ווייל אויסער איינער, די 'פרומע' ווי עס ווערט דארט גערופן. ער בענעפעטירט פון ווען די ארמיי באשיצט זיי, אין הארץ פילט ער א רואיגקייט פון סעפטי און זאגט איך וועל מיך גיין קיין מירון און עטץ גייטס צו די פראנט און פארזיכערט די לאנד.

עס גייט נישט אזוי.. זיי - די 'פרייע' און אנדערע - הערן דאס איז עס באדערט זיי, עס טוט זיי ווי, איך לייג מיך אריין אין לייבן גריב פאר דיך, איך האב נאנטע וואס זענען טויט אדער פארוואונדעט פאר זיין סעפטי, און דו קענסט נישט טון דיין טייל?
נעוואדע געבן זיי זיך אויס די צארן דארט אין די מאה שערים געגנט. איך וואלט לכאורה געטון דאס זעלביגע.
 
לאמיר שמועסן וועגען די עצרת דאהי אין אמעריקא, נישט מאכן נאך א שמועס צו יא גיוס אדער נישט
 
די אלע וואס זענען נהנה פון די יעדע פעני פון די מדינה זאלן זיי מוחל זיין און צולייגן א האנט אז עס זאל האבן א קיום. די וואס נעמען נישט קיין געלט זאלן טאקע בלייבן פטור.

איך וואונדער מיט זייער...

געוויסע מוסדות וואס זאגן אז זיי נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה, און אויף דעם חשבון גייען זיי ארום שנארן נדבות העם צו דעקן די פינאנציעלע הויעכע קאסטן פון די מוסד, און איצטער ווען די רעגירונג האט געמאלדן אז זיי האקן אפ די געלט וואס זיי האבן חודשליך געגעבן פאר די מוסדות זענען זיי ארויס מיט א ביטערע וויי געשריי אז די מוסדות וועלן צוזאמפאלן, און דאן האט מען געלאזט אין גאנג די אלוועלטליכע קאמפיין פון עולם התורה

ס'איז נישט מאדנע?...
 
די אלע וואס זענען נהנה פון יעדע פעני פון די מדינה זאלן זיי מוחל זיין און צולייגן א האנט אז עס זאל האבן א קיום. די וואס נעמען נישט קיין געלט זאלן טאקע בלייבן פטור.
וואס הייסט נעמען נישט קיין געלט? ניצן די הייוועי סיטטעם (מיט כשר'ע.. באסעס) איז נישט נעמען געלט? אינפיסטראקטער, שפיטעלער, לופט פעלדער, פאליציי און פייער דיפארטמענט, סאניטאנציע, די שיפּינג/פּארט, און וואס נישט, דאס אלעס הייסט נישט נעמען געלט? נאר געלט פאר חדרים הייסט נעמען? אז מען וואוינט דארט אטעמאטיש האט מען הנאה פון זיי.
 
עס גייט נישט אזוי.. זיי - די 'פרייע' און אנדערע - הערן דאס איז עס באדערט זיי, עס טוט זיי ווי, איך לייג מיך אריין אין לייבן גריב פאר דיך, איך האב נאנטע וואס זענען טויט אדער פארוואנדעט פאר זיין סעפטי, און די קענסט נישט טון דיין טייל?
נעוואדע געבן זיי זיך אויס די צארן דארט און די מאה שערים געגנט. איך וואלט לכאורה געטון דאס זעלביגע.

גערעכט.

מוזט אבער פארשטיין די אנדערע זייט מטבע. אז די מיליטער איז נישט אויסגעשטעלט פאר א חרדישע יוד, כשרות איז נישט צוגעשטעלט ווי עס באדארף צו זיין, און עס קומען פאר דארט חילולי שבת אפי' נישט אין א שעת מלחמה...
 
ווען דאס איז ווען די פראבלעם וואלט מען עס שוין לאנג געקענט מתקן זיין. וואס איז מיט שירות לאומי? נאר די אידאלאגישע פראבלעמען קעגן דינען אין מיליטער זענען די מעכב, איינער מיט ציונות און איינער מיט ביטול תורה.
 
גערעכט.

מוזט אבער פארשטיין די אנדערע זייט מטבע. אז די מיליטער איז נישט אויסגעשטעלט פאר א חרדישע יוד, כשרות איז נישט צוגעשטעלט ווי עס באדארף צו זיין, און עס קומען פאר דארט חילולי שבת אפי' נישט אין א שעת מלחמה...
איך ווייס נישט, איך בין נישט באקאנט מיט די דיטאלן וואס גייט דארט פאר, אבער אזויפיל זעי איך יא אז טויזענטער זענען געבליבן נאכן דינען פינקט אזויווי פארדעם. עיין גור, חבד, עדת המזרח, ועוד ועוד.

גראדע ווייס איך נישט ווי גוט קרית יואל איז ארויסגעשטעלט פאר א איד.. נאכן פאקט איז זייער אסאך פון דארט זענען שוין געפאלן אין אידישקייט.. אדער סתם געבליבן א קעי-דשעי יוניט.. ולא עוד.. הער אויס רוב דרשות פון די ארטיגע סאטמארע רבי וועסטו זען אז עס איז נישט סתם א תורה נאר מוסר און פאדעראונגען פאר די ארטיגע אידענטאם.. איך בין לאנג נישט דארט געווען אויף א באזיך אבער ווי איך נען ארויס פון זיינע רייד איז די מצב זייער ביטער.. און אידישקייט איז שוואך ביי סרוב..
 
עס איז נישט פעיר צו פאדערן פון די חרדי וואס מ'פאדערט נישט פון די חילוני.

א חילוני ווערט געפאדערט צו גייען אין מיליטער פאר צוויי יאר, און פטור אן עסק. דער חרדי, ווען ער גייט אין מיליטער, מיינט עס אפהאקן זיין גאנצע מציאות. אן די בחורישע יארן אין ישיבה קען מען קושן ביי ביי צו די חרדישע לעבענסשטייגער. ער ווערט געבעטן אוועק צו געבן א גאנץ לעבן דערפאר.

דאס איז אויך נישט פעיר.
 
לאמיר נעמען א לאנד ווי אמעריקע. דא איז נישטא קיין אקטיווע דרעפט, נאר אין א זמן מלחמה וכו'. דאס קומט אויס אז עס קענען זיין שווערע טויזענטער מענטשען אויף א פלאץ טורס קיינער פון זיי אדער גאר נאנטע משפחה/פריינט זענען אדער זענען געווען אין די מיליטער.

דאס מאכט אז אסאך מענטשען האבן נישט ממש א געפיל פאר א וועטעראן אדער מעמבער אוו סערוויס.

איינער וואס האט למשל א נאנטער וואס איז אפילו נאר א 911 ריספאנדער וועט אבער האבן מער א רעספעקט פאר אן אנדערע וואס איז יא, פשוט ווייל ער קען די זאך אביסל פון די נאנט.

אויב האט יענער א נאנטער וואס איז פארוואנדעט געווארן לייכט אדער פערמענאנט בשעת אין דינסט אדער גאר געשטארבן אין די ליין אוו דאטי דאן איז זיין כבוד און שעצונג פאר סיי וועלעכע מענטש אין פאבליק סערוויס אסאך שטערקער.

יעצט, ווען עס איז געווען די וויאטנטמע מלחמה האט אמעריקע געמאכט א דרעפט, די אויסגאנג ווייסט יעדער איינער אז בשעת מעשה איז געווען גרויסע פראטעסטן אקעגן די דרעפט (כמעט אזוי היסטאריש ווי די קומענדיגע עצרת...), פארוואס האבן זיי זיך אקעגן געשטעלט? ווייל רוב האבן קיינמאל נישט געטון סיי וועלעכע סארט פראנט ליין ארבעט. נישט זיי און נישט זייער באקאנטע. ממילא האבן זיי נישט קאנעקטוט צום פאקט אז מדרעפט די עולם צום דינסט. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט נאך פראבלעמען וואס האט געטוישט פון פראטעסטן צו רייאטן און געטוישט די גאנצע בילד. אבער די מיליטער פון זייער זייט האט יא געפילט אז זיי דארפן מען פאוער ממילא האבן זיי נישט געזען קיין שום פראבלעם פון צווינגען די עולם. דא און ניו יארק פאר א משל, איז רוב וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום דרעפט מרצונם הטוב זענען טאקע געווען פאליציי און פייער לייט.

אנדערש איז אבער אין איזריעל וואס איז א קליינע לאנד, און דארט איז שוין יארן לאנג איינגעפירט אז מען דינט די מיליטער. אין דארט קומט אויס אז כמעט יעדער איז געווען אויפן פראנט ליין. כמעט יעדער דארט האט גאר נאנטע משפחה/פריינט וואס זענען שוין פאקטיש געשטארבן פארן לאנד. ממילא האבן זיי א נאטירליכע געפיל פאר די מיליטער.
כמעט יעדער זאג איך. ווייל אויסער איינער, די 'פרימע' ווי עס ווערט דארט געריפן. ער בענעפעטירט פון ווען די ארמיי באשיצט זיי, אין הארץ פילט ער א ראוגקייט פון סעפטי און זאגט איך וועל מיך גיין קיין מירון און עטץ גייטס צו די פראנט און פארזיכערט די לאנד.

עס גייט נישט אזוי.. זיי - די 'פרייע' און אנדערע - הערן דאס איז עס באדערט זיי, עס טוט זיי ווי, איך לייג מיך אריין אין לייבן גריב פאר דיך, איך האב נאנטע וואס זענען טויט אדער פארוואנדעט פאר זיין סעפטי, און די קענסט נישט טון דיין טייל?
נעוואדע געבן זיי זיך אויס די צארן דארט און די מאה שערים געגנט. איך וואלט לכאורה געטון דאס זעלביגע.
גערעכט און גוט ארויסגעברענגט. אבער אין די זעלבע צייט איז אויך וויכטיג צו געדענקן אז די לינקע אין ארץ ישראל זוכן זיך אויך ארויסצודרייען פון מיליטערישע דינסט מיט די זעלבע תירוצים ווי די פון חרדים, צב"ש אז זיי זענען סטודענטן וכו' און קעגן זיי ווערן בכלל נישט גענוצט די זעלבע מעטאדן ווי ס'ווערט גענוצט אין מאה שערים. אדרבה גיי כאפ א בליק אויף די ריזיגע פראטעסטן און רייאטען וועלכע זענען געפירט געווארן אין תל אביב איידער די אקטאבער 7 שחיטות. די עקסטריעם לינקע פראגרעסיווע פירן זיך אויף די זעלבע ווען ס'קומט צו זייערע רויטע ליניעס ווי די עקסטריעם חרדים. עקסטריעמיזם בתפארתה!
 
ווייל סוף כל סוף וועלן זיי זיין דאקטורים, וכו' וואס וועלן צו געבן צום לאנד. בכלל איז רעכט מיט לינק א טאנעריי אין יעדעס לאנד. די פרימע נעמען בשעת זיי שרייען אינו מקיר און געבן נישט עכט צום לאנד.
 
היסטארישע עצרת ‘’זעקת הגולה’’ קעגן ביטערן גזירות הגיוס וועט צוזאמברענגען רבבות אלפי ישראל

לאגא_זעקת_הגולה_low.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען נישט פארשטיין וואס די תאוה פון מאכן א פארטעסט וואס קען גארנישט אויפטוהן
 
איך קען נישט פארשטיין וואס די תאוה פון מאכן א פארטעסט וואס קען גארנישט אויפטוהן
אין סאטמאר איז דאס די אידענטיטי. אויב אנדערע קומען אויך דארף מען זיי פרעגן
 
עסקני סאטמאר מהר"א ומהרי"י ביים אפהאלטן א אסיפה אים בעפארברייטונג צום גרויסע עצרת זעקת הגולה

IMG_6900.jpg
IMG_6901.jpg
IMG_6902.jpg
 
Back
Top