היינט ארום געגאנגען שמועות אז ס'איז קענסעל....
למעשה האב איך געזעהן אויף אייוועלט די פאלגענדע:
קאפי פעיסט איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאַלט
אין די מינוטן האט זיך געענדיגט דער אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), איבער די בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די ראשי ישיבות הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע אסיפה פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אן קיין דרשות.
אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבבות ישראל!
מען האט אויך באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.
מען האט דערביי קלאר דן געווען איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות.
די החלטה איז געבליבן אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביים ערשטן אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, וואס יענע החלטה איז געווען געמאכט לתועלת הענין נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.
אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.
אצינד וועלן די עסקנים שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.
דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.
ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.