עגיפטישע פיראמידן - לאקאלע אטראקציעס

שטייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 23, 2024
מעסעדזשעס
82
רעאקציע ראטע
291
באמת האב איך געוואלט אנפרעגן אויף א ספעציפישע אטראקציע אין מאנהעטן, אבער מ'קען מאכן א כלליות'דיגע שמועס פאר לאקאלע אטראקציעס פאר די וואס קענען נישט זיך אויפהייבן און אפפליען צי קאסטא ריקא פאר אפאר טעג. ס'איז פשוט נישט פראקטיש פאר א מענטשן מיט א משפחה מיט יונגע קינדער. קען מען אריינקומען מיט עצות וויאזוי צי פראווען א וואקאציע לאקאל וויפיל ס'שייך.



כ'האב געוואלט אנפרעגן ספעציפיש אויף א VR experience וואס הייסט THE HORIZON OF KHUFU. מ'דארף צי קענען דארט מיטלעבן (כמעט) לייוו די פיראמידן אין מצרים והמסתעף. מ'גייט ארום אין די היילן וכו'. כ'האב געזען אויף רעדדיט אז דער עולם איז זייער באגייסטערט פון דעם פלאץ.



איינער מיט עקספיריענס אין דער פלאץ אדער ענליכע VR פלעצער? איז עס געאייגענט פאר א היימישע בית רחל תלמידה? מ'זעהט אנדערע מענטשן (פרויען מיט אויסגעשניטענע האלז) ווען מ'האט אהן די גלעזער? מ'קען אריינבאמפען אין מענטשן?
 
ווען כבין געווען אין מצרים ביי די פירעמידס, האבן זיי אויך געהאט אזא זאך און מהאט געקענט זעהן די היסטאריע, און ווי אזוי מהאט עס געבויט.

כבין נישט זיכער אז סאיז די זעלבע קאמפעני, אבער אויב יא אחז עס זייער אינטרעסאנט
 
Back
Top