איך בין משוגע פון די טיפע געפילן פון
חוה אלברשטיין׳ס זינגען
בפרט דעי ליד: אברמ׳ל דער מרוויח׳ער=
(וועגן אן ארימער בחור פון אמאל, אין אייראפע,
וואס האט נעבעך געמוזט גנב׳ענען
צו האבן אויף צו לעבן)
(דאס זענען די ליריקס: )
אָן א היים, בין איך יונג געבליבן
ס׳האט די נויט, מיך ארויסגעטריבן
ווען איך האב נאך קיין דרייצן יאר [נישט] געהאט
אין דער פרעמד, ווייט פון מאמע׳ס אויגן
האט אין שמוץ מיר די גאס דערצויגן
געווארן איז פון מיר א וואוילער [יונג] יאַט
איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
דאס ערשטע מאל, כ׳וועל עס געדענקען ביז׳ן טויט
אריין אין תפיסה, פאר לקח׳ענען א ברויט
כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאגנאטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאגנאט
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט
אין דער פרעמד, נישט געהאט צום לעבן,
געבעטן ברויט, אן ארימער פלעגט נאך געבן.
נאר יענע לייט וואס זענען תמיד זאט
פלעגן אפט טרייבן מיך מיט צארן:
ס׳וואקסט א גנב!
ס׳איז מקיום געווארן…
א גנב בין איך,
נאר א וואוילער יאַט
איך בין אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א גרויסער קינסטלער, איך ארבעט לייכט און זיכער
א יאַט א קליינער אריין אין קוטשעמענט
ארויס א מזיק א זעלטענער טאלענט.
איי איי
כ׳פאָר נישט אויף מאַרקן, ווי יענע פּראסטע יאַטן
כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציגע מאגנאטן
כ׳בין זיך מחי׳ ווען איך טאַפּ אזא מאגנאט
איך בין אברמ׳ל גאר א וואוילער יאַט.
שוין נישט לאנג, וועט דאס שפיל געדויערן,
קראנק פון קלעפּ, גיכט פון תפיסה מויערן,
נאר איין בקשה, כ׳וואלט אזוי געוואלט-
נאך מיין טויט, אין א טאג א טריבּן,
זאל אויף מיין מצבה שטיין געשריבן,
מיט אותיות גרויסע און פון גאלד:
״דא ליגט אברמ׳ל דער פעהיגסטער מרוויח׳ער
א מענטש א גרויסער געווען וואלט פון אים זיכער,
א מענטש א פיינער, מיט הארץ, מיט א געפיל,
א מענטש א ריינער, ווי גאָט אליין ער וויל
אוי אוי
ווען איבער אים וואלט געוואכט א מאמע׳ס אויגן
ווען ס׳וואלט די פינצטערע גאס אים נישט דערצויגן,
ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאט…
דא ליגט אברמ׳ל יענער וואוילער יאַט״
View: https://youtu.be/HS_IvKKZGnE?si=vJr3ha5COhtM8pL2