אידישע פרויען זינגערינס

Lyrics
װײַט אין דעם מידבּר, פֿון הײסער זון פֿאַרברענט,
האָב איך אַמאָל אַ מײדעלע דאָרט געקענט.
מיסערלו הײסט זי, יעדער דאָרט װײסט זי גוט,
איך װעל די פּרינצעסן מער שױן פֿאַרגעסן ניט.

כאָר:
שטיל, אָװנט קיל,
און איך פֿיל אַז איך װיל מײַן געפֿיל
פֿאַר איר אויסגיסן אין זי זאָל װיסן נאָר,
אַז נאָר זי ליב איך,
מײַן לײבן גיך איר, יאָ.
הער, ס'איז מיר שװער,
מיט אַ טרער זאָג איך דיר און איך שװער.
מידבּר פּרינצעסן, איך קען ניט פֿאַרגעסן דיך
קום הײל מײַן בענקשאַפֿט,
נאָר די קענסט הײלען מיך.

מיסערלו מײַנע, מײדעלע פֿון אָריענט,
די אױגן דײנע האָבן מײַן האַרץ פֿאַרברענט.
מײַן האַרץ װערט אַ קראַנקע, אין חלום זע איך דיך,
טאַנץ פֿאַר מיר שלאַנקע, דרײ זיך געשװינד גיך.

כאָר:
שטיל, אָװנט קיל,
און איך פֿיל אַז איך װיל מײַן געפֿיל
פֿאַר איר אויסגיסן אין זי זאָל װיסן נאָר,
אַז נאָר זי ליב איך,
מײַן לײבן גיך איר, יאָ.
הער, ס'איז מיר שװער,
מיט אַ טרער זאָג איך דיר און איך שװער.
מידבּר פּרינצעסן, איך קען ניט פֿאַרגעסן דיך
קום הײל מײַן בענקשאַפֿט,
נאָר די קענסט הײלען מיך


 
לעצט רעדאגירט:
ריקי רויז - "אטעם"
זי איז א געוועזענער בני יואל, א שוועסטער פון מימי רויז די זינגערין פון אויבנדערמאנטן חתונה סאנג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top