אידישע פילמס פאר פרויען

אוי, ברענגט דאס מעמאריעס פונעם אלטן חינוך וואס מיר האבן באקומען...
מיין בויך דרייט זיך.. מיין קאפ שווינדלט.. די טראומה קומט ארויס, עס גייט אדורך א ציטער אין קערפער ווען איך דערמאן זיך.
די פחד וואס אונז האבן געהאט פון אונזערע רבי׳ס.
  • די מנהל מיטן שטעקן..
  • און די רבי נעמט ארויס די פאסיק, זאגענדיג.. "כ׳על דיך איבערלייגן"....אויב...
  • די שרעק וואס מ׳האט געלעבט פון..
  • און די שטיקלעך וואס מ׳האט געשפיעלט אויף די מלמדים...
  • די קינדער, מ׳האט זיך גערצח׳עט איינער די צווייטן..

אוי, די נאאיווע באבע תורות וואס מ׳האט אונז פארציילט, די נאראטיוו וואס מ׳האט אונז געבאקן, און די worldview וואס מ׳האט אונז איינגענארט.
  • דער בייזער גוי, דער פריץ מיט זיין שלעכטן שמייכל.
  • די רויבערס וואס האבן געלאכט הא הא.הא...
  • דאס "שלעכטע יינגל" וואס איז געווארן א משל פאר אלעם שלעכט...
  • די יצר הרע, מיט די למ"ד קאטשקע..
אוי, מי יתננו ירחי קדם, היינט האט מען שוין גארנישט פון דעם, וואו איז די טראומה?
כל אלה בהיות החינוך על יסודותיו..
אשׁרי עיִן ראתה מזבח מקטר קטרת, ווען מ׳האט איבער געלייגט...
הלא למשמע אוזן דאבה נפשנו..
די וועלט איז היינט אזוי אנדערש, אזוי ווייט פון יענע צייטן, אבער די געפילן, די מעמאריס, די טראומא, זיי זענען נאך דא, טיף אינעווייניג.
 
איך געדענק נישט אזוי פונקטליך דעם גאנצן פילם, אבער איך בין נישט זיכער וואס דערפון האט דער געטריגערט די טראומא פון די שרעקעדיגע רבי מיטן פאסיק
 
איך געדענק נישט אזוי פונקטליך דעם גאנצן פילם, אבער איך בין נישט זיכער וואס דערפון האט דער געטריגערט די טראומא פון די שרעקעדיגע רבי מיטן פאסיק
וואס הייסט וואס, די מנהל׳ס אויפפירעכטס צו די יינגעל...
 
האט איינער דא געוואטשט מסכת פאה פון רחל אליצור?
 
Back
Top