- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 443
- רעאקציע ראטע
- 2,824
טייערע ברידער הגדולים ממנו בחכמה ובזקנה
כ'לייג דא ארויף אן אישי פון א חבר (ברשות כמובן, כ'האב געטוישט נוסחאות וסגנון הכתיבה).
א ברידער דארף חיזוק און עצות. לאמיר ביטע האלטן דעם שנירל ערענסט און צום ענין.
וזה תוכן דבריו.
הער צו מיין ווייטאג.
כ'פיל זיך איינער אליין צומישט אין פארלוירן.
די ערשטע יארן פון מיין לעבן בינעך באדעקט געווארן מיט שיכטן און שיכטן פון דמיונות, שקרים, והבלים,
לעצטענס איז מיין גאנצע בנין פון השקפה און מהלך החיים געווארן צושאקלט אין צושטיקלט.
מיין ווייב איז נאך פארזינקען אין איר באקס, זי לעבט מיט אזא רואיגקייט אנע דאגות, שלאגן כפרות און צוהערן צניעות האטליין'ס איז איר לעבן....
וואס טוט מען דא??
איך לעב א פאלשע דאפלטע לעבן, פון אינערווייניג האלט איך נישט ביי גארנישט,
אבער איך ברויך געבן אן אנשטעל ווי א חסידישע אינגערמאן.
איך טראכט צו מיר וואס בינעך שולדיג אז איך בין געבוירן אין אזא פלאץ. ווי מען נעמט אוועק יעדע מיטל צו הנאה האבן פין די וועלט.
וואס בינעך שולדיג?!
פארוואס האט עס גאט (-מה זה?) געטון צו מיר?
איך קען מיר נישט ארויס זעהן אפילו איך וויל.
ווען איך בין העווי אריינגעווייערט אינעם סיסטעם, אקטיוו און אינוואלווד מיט א קאמיוניטי, חברים, איז איין זאך,
אבער איך האב דאס אויכעט נישט.
איך האב נישט געהעריג קיין קהילה מנהיג רבי, (אפציעל געהער איך קיין סאטמאר.)
איך האב נישט ביידע וועלטן.
עכ"ד
--
כ'הייב אן מיט אביסל אייגענס, ביטע זייטס מוסיף, און פאררעכטס מיך ווי כ'בין טועה.
איי איי איי
כ'הער דיך! כ'בין אריבער דעם סטעדש!
פראביר זיך צו באקענען מיט פרייליכע חברים.
פראביר נישט צו מאכן גרויסע טוישונגען ווייל ס'טוט סתם וויי פאר יעדעם און פאר זיך. אין א געזונטע פלאץ פעלט נישט אויס צו טוישן צופיל און דראסטיש פון די טראדישאן.
דאס האב איך געשריבן צו איינער אין אזא צייט.
כ'בין געבוירן א חרדי, כ'וועל קיינמאל נישט זיין צופרידן אן האבן שייכות מיט מיין אפשטאם.
*רעליגיע* איז געווען א מנגד צו מיין עקזיסטענס.
*דאוט* איז געווען מיין מציל ומושיע, נישטא קיין חיובים, קענסט לעבן ראוג.
אבער לעצטענס קומט דער זעלבער דאוט און האלט מיך צוריק פון גיין פאראויס מיט מיין געפיל, כ'קען נישט עקספיריענסן דאס לעבן צום מאקסימום, ווייל אויף יעדע הרגשה קומט דער דאוט און מאכט עס צונישט.
כ'לעב ווי א פליג אויפן וואנט וואס אבזאווירט יעדעמס טריפ אוו לייף, אבער איך האב כרת - פארשניטען פונעם טריפ.
פון א פראגמאטישן ווינקל, אלץ סורווייוועל דארף איך בדייקא יא טראסטן מיין אינטואישין (דמיון?) וואס פיהלט אז כ'בין דא פאר א סיבה, און ס'דא אן אויפטוה מיטן העלפן אנדערע מענטשן, וכדו'.
אבער דער זעלבער דאוט (עמלק - ספק) לאזט נישט.
כ'בין צוגעקומען צום הכרה אז איך גלייב אין דעם גם זו לטובה. דעם מצב הנפש איז אויכעט לטובה.
דאס איז רצון השם אז איך קען נישט גלייבן אין דעם דערווייל. און אויב דער רבוש"ע הייסט אריינגיין אין גיהנום (בפועל, בהאי עלמא, על ידי מיצר הלוגיקה) בינעך דארטן בשמחה ווייל דאס איז זיין פלאן.
איך זינג הכל לטובה, וגם זו לטובה.
--
בנוגע דעם ווייב
כ'מיין אז ס'פעלט נישט אויס אפצולאכן, ס'סאך מער אפעקטיוו אויב מ'זאגט כ'האב נישט די כוחות יעצט אזוי ווי אמאל. און מ'שאפט התירים.
מ'מאכט דעם טויש זייער צוביסלעך, בעיקר אין השקפה, די רבוש"ע האט ליב יעדע איד, יעדע איד האט אן אנדערע עבודה, אמאל איז די עבודה צו מקיל זיין ווען ס'פעלט אויס אויף צו זיין מער בשמחה. וכדו'
מ'זאגט נאך מימרא'ס פון צדיקים וואס האבן מקיל געווען ווען ס'דא א חשש מ'וועט צוקומען צו כעס, אדער ס'וועט נישט זיין באקוועם פאר א איד, (די אייגענע קינדער זענען דאך אויך אידן, און זיך אליין אויך )
און אז חזקיהו המלך האט ניטאמאל געדאווענט ביי מלחמות, ער האט געזאגט כ'האב נישט קיין כוח, איך ליג אין בעט און דער באשעפער וועט העלפן.
דעם מיינדסעט טוישט אסאך.
בכלל אויב דו האסט ליב צו זיין ספירטול קענסטו דאך פאוקעסן טאקע אויף גם זו לטובה, און יעדע גשמיות'דיגע ריר פון א איד איז חשוב ביים באשעפער. די גאנצע לעבן איז שירה צום באשעפער.
ווען די מוח איז אביסל מער לויז פון פרעשור קען מען צוביסלעך טוישן אויך בפועל אביסל אויף אמאל. נאכדערצו אז די רוח איז נישט אז מ'לאזט אפ דעם סעיף רעליגיע נאר אז מ'הייבט זיך אויף צו אן העכערן גאולה'דיגן עבודה. מ'האט מער ספירוטאלעטעיט.
אבער דאס איז סתם מיין השערה. לאמיר האפן אידן וואס האבן ידיעה וועלן נישט צוריק האלטן.