גערעכט, ווען כ'בין געגאנגען צום בעשוי, האבעך נאר געזען ווי כ'טייל שוין ענדליך די ציגארעטליך אין ישיבה...
כ'האב נישט געהאט קין אנונג וואס ווען ווי, ס'איז גהעריג בא'גנב'ענען א מענטש פון מאכן אן אינפארמירטע דעסישען.
דא ליגט טאקע א חלק פונעם פראבלעם, מען האט גענומען א אכצן יעריגע בחור... און געזאגט קום ארויס פון ישיבה פאר אפאר שעה, טרעף דיך מיט א מיידל, און האב חתונה.
דער בחור טראכט פון די חתונה, שטריימל, און טיילן ציגארעטלעך.
אבער די עיקר פראבלעם איז בכלל די סיסטעם.
ווייל מען ברויך אריינטראכטן, וואס וואלט בעסער געווען ווען איך בין נאך סינגל? וואלט איך געהאט די כוחות צו טאקע מאכן דראסטישע שריט, און גיין די וועי אף לייף לויט מיין רצון? אדער איך וואלט געהאט בלאקאדעס אין מח?
ממילא דאס ווילעך דא וויסן, אויב טרעפט זיך איינער אין זיינע צוואנציגער דרייסיגער יארן, אדער אפילו עלטער, אז ער האלט נישט ביים לעבן ווייטער א דערביטערטע לעבן, אין א קולט. וואס טוט ער דא? צו לוינט זיך צו טון דראסטישע שריט, אדער בלייבן וואו ער איז נאר טוישן פארשידענע זאכן? צו איז וואר וואס אונזערע אויפגעקלערטע מדריכים טענה'ן אז יעדער וואס גייט אוועק איז דערביטערט... און זיי ווילן אלע צוריקקומען?
פארשטייצעך איך רעד נישט פון גיין ווער ווייסט וואו, נאר פשוט אוועקגיין פון די וויליאמסבורגע טשולענט....
למשל איך גיי געבן צוויי דוגמאות פון פלעצער וואס זענען מער עקסטרעמע מקומות, אבער דאך קוקט מיר אויס אז דאס לעבן דארט אלץ חרדי איז טויזענט מאל בעסער ווי ביי אונז.
1) חב"ד.
נישטא די משוגעת'ן פון טאליבאנע קליידונג ביי פרויען און אפגעשוירענע קיווי קעפ, די נשים גייען דארט אנגעטון ווי עס פאסט באמת פאר א בת מלך, שלא תתגנה על בעלה איז א יסוד גדול ביי זיי, ווי די לעצטע רבי שרייבט טאקע שטארק וועגן דעם, שטיצענדיג שיינע לאנגע שייטלען,
ביי מענער איז אויכעט נישט אזוי די לבוש פין די עשרת הדברות, מען מעג אביסל ארויסקאלירן מער ווייניגער,
און בכלל זענען זיי אפענער צום וועלט, איך רעד פון ברייטן ציבור, עס איז פארשטייצעך דא דארטן אויכעט צוקוועטשטע.
2) מזרח'יש געשטימטע קאמיוניטיס.
לבוש דארט איז א 10/10, די מענער קענען גיין ווי היפיס, און די פרויען זעהען אלץ אויס ווי די בילד וואס איך האב ביי מיר אין קאפ ווי די בתולות וואס זענען ארויס אין פעלד צו די בחורים חמשה עשר באב.
זיי האבן נישט די אלע משוגעת'ן פון אונז, זיי לעבן אסאך מער אריגינעל.
ווער רעדט נאך פון די נאציאנאליסטישע געפילן וואס מען באקט אריין דארט, וואס גיבט אסאך צו צו האבן אן מינוגפול לעבן.
פארשטייצעך ס'גייען זיין וואס גייען מיר טענה'ן אז יעדע פלאץ האט פראבלעמען. פיין און וואויל, אבער איין זאך איז זיכער, אונזער קאמיוניטי האט די מערסטע פראבלעמען, און מען דארף זיך ארויסזעהן פון דא. איך פיל ממש ווי איך האלט עס מער נישט אויס דאהי.
נישט אז איך גיי יעצט ווערן א חבד'סקער אדער מזרחי, פשוט עס איז דא אזויפיל סעקטעס אין כלל ישראל וואס פירט זיך אזויפיל נארמאלער ווי אונז.