איידענטיטי קרייסיס

איך האב געהאט די זכי’ צו שמועסן/העלפן אינגעלייט פריוואט. עס איז דא וואס האלטן באמת דערביי עס צו מאכן ארבייטן, עס איז דא וואס שטעקן צוריק זייער קאפ אין די סיסטעם און עס איז דא וואס ווילען זיך ענדערש גט’ן. עס איז נישט שייך עכט צו העלפן אין פאבליק. יעדע פרט טוישט די גאנצע מעשה. איך פארשטיי אבער אז נישט יעדער איז רעדי צו רעדן פריוואט. פון מיין עקספיריענס, ווילאנג איך האב געווארט אויף פאבליק אינפא, האט זיך נישט עכט געריקט. ווען איך האב אנגעפאנגען צו רעדן מיט מענטשן, האט זיך עס אנגעפאנגען צו ריקן. עס דארף נישט זיין מיך, אבער פאנג אן צו רעדן מיט מענטשן וואס האבן עס געטון מיט סוקסעס.
 
עס איז דא וואס האלטן באמת דערביי עס צו מאכן ארבייטן,
וואס הייסט ׳ארבייטן׳?
כ׳פארשטיי אז ס׳שווער צו העלפן אין פאבליק, אבער אויב קענסטו מסביר זיין די ענד גאול וויאזוי ס׳זעט אויס.. א דאנק
 
די מאן איז די מאן אין שטוב, ער איז די פירער און די דיין וויאזוי די שטוב דארף זיך פירן. און די פרוי איז די פרוי אין שטוב, גייט אנגעטון ווי א פרוי און האט הנאה צו זיך געפעלן פאר די מאן.
 
איז דא א מציאות פון האבן א גוטע געזונטע רילעישנשיפ אן דעם וואס דער מאן איז כסדר דער פירער און דיין, ענדערש 2 מענטשן וואס שערן א וויזשאן אין לעבן און גלייכן צו פארברענגען איינער מיטן אנדערן, און דער ראלע פון מאן און וויב איז א זעלבסט פארשטענדלעכע חלק פון די פריינדשאפט?
 
און ביי וועם ס׳געשעט נישט מיינט דאס און ס׳מוז זיין אז ס׳איז ווייל ער האלט נישט באמת דערביי?
(כ׳פרעג ווייל אזוי איז מיר משמע מדקדוק לשונך און כנראה לי איז דא פעלער וואסיז באמת זייער קאמפלעצירט און ס׳נישט שייך עכט צו עס מאכן געהעריג ארבייטן)
 
עס איז א נאטורליכע זאך וואס איז דא אין די בריאה אז א פרוי וויל געפעלן איינעם. מען דארף נאר רידירעקטען צו די מאן. א געזונטע מערידזש קען נישט זיין נאר געבויעט אויף גלייכן צו פארברענגען. עס איז דווקא געבויעט אויף די טריגערס און טשעלענדזשעס.
 
און ביי וועם ס׳געשעט נישט מיינט דאס און ס׳מוז זיין אז ס׳איז ווייל ער האלט נישט באמת דערביי?
(כ׳פרעג ווייל אזוי איז מיר משמע מדקדוק לשונך און כנראה לי איז דא פעלער וואסיז באמת זייער קאמפלעצירט און ס׳נישט שייך עכט צו עס מאכן געהעריג ארבייטן)
עס איז זיכער דא פעלער וואס עס איז קאמפליצירט. איך האב גערעדט פון פעלער וואס די מאן איז נישט עכט גרייט צו זיין אפן מיט די ווייב, ער וויל אפילו נישט געבן די טשענס צו אנפאנגען די פראסעס.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז זיכער דא פעלער וואס עס איז קאמפליצירט. איך האב גערעדט פון פעלער וואס די מאן איז נישט עכט גרייט צו זיין אפן מיט די ווייב, זיי ווילן אפילו נישט געבן די טשענס צו אנפאנגען די פראסעס.
ווייל זיי האבן מורא אז ס׳וועטסעך נישט גוט ענדיגן און זיי ווילן נישט נעמען די טשענס ספעציעל ווען ס׳דא קינדער אינוואלווד. איזעס דען נישט זייער מצוי?
וויפיהל סיסטעם פראדעצירטע פרויען (וואס גייען שוין יא דורך דעם פראסעס) וועלן טשוזן דעם מאן vs דעם סיסטעם?
__ __

ביטע אויב ס׳שייך איבערצוגעבן א קורצע איבערזיכט אויפן ׳פראסעס׳… א דאנק!!
 
אלעס קען זיין, און וועגן דעם טאקע איז עס נישט קיין כלל, עס איז יעדע קאפעל אנדערש. אבער עס איז זיכער דאעבעל. עס איז דא א סיבה פארוואס פרויען גייען ענדערש מיט די סיסטעם, עס איז זייער נאטור צו באלאנגען ערגעץ. די סיסטעם לערנט אויס אז א מענטש זאל ארבייטן צו פיעלן סעיף, אין קאנטראל און צו ווערן אפראווד. דאס באקומען זיי פון מיטגיין מיט די סיסטעם און נישט מיט די מאן. איינמאל זיי פארשטייען די פראבלעם וואס עס ברענגט, עס איז בעצם קעגן זייער נאטור פון זיין פעמינין, צו זיין אינגאנצן אפן און אנגעלאנט אויף די מאן, קומען זיי צוריק אהיים. זיי פיעלן די טעם פון זיין א פרוי און גייען שוין נישט צוגיק צו די סיסטעם פאר קיין געלט אין די וועלט.
 
לאמיר אויסשמועסן מיינע צוויי צענט. מיר באדערט בעיקר אז מ'איז פרומער ווי די תורה. עפ''י תורה איז א פרוי מחוייב אינדערהיים זיך אנצוטוהן ווי אזוי דער מאן וויל. למשל איך וואלט געוואלט מיין ווייב זאל גיין אינדערהיים מיט א לאנגע שייטל מיט רויטע ליפסטיק שיינע מעיקאפ און א סקירט נישט לענגער ווי די קניען דאס איז 10000% אויסגעהאלטן מדיני צניעות אינדערהיים. ממילא איז מיין ווייב מחוייב דאס אנצוטוהן. און וואס מיינט איר? ניטאמאל וואג איך מיר עס צו בעטן ווייל זי וועט האלטן אז מיין נעקסוע סטעפ איז עבודה זרה.

געדענק איך אלץ בחור האב איך מיר אונטערגעהערט א שמועס צווישן מיין טאטע און מיין פריש געהייראטע שוועסטער. זי האט זיך אפגערעדט אז איר מאן וויל זי זאל לייגן מעיקאפ אינדערהיים. האט איר מיין טאטע שליט''א געזאגט נאך היינט גייסטן עס קויפן און איך באצאל דיר עס...... הלואי אויף מיין שווער געזאגט......
 
די מאן איז די מאן אין שטוב, ער איז די פירער און די דיין וויאזוי די שטוב דארף זיך פירן. און די פרוי איז די פרוי אין שטוב, גייט אנגעטון ווי א פרוי און האט הנאה צו זיך געפעלן פאר די מאן.
דא קומט די מיליאן דאלאר קשיא, וויאזוי מאכט מען אז א פרוי זאל זיך אהערשטעלן פארן מאן אביסל מער ווי אונזער סאסייאיטי סטאנדארט.

ווען מען האט אויסגעריסן יעדע ביסל פעמאניזים, אין סעלף לאוו , אין רצון פין אונזערע טעכטער??
 
מען קען נישט אויסרייסן נאטורליכע געברויכן, מען קען עס פארדעקן. מען דארף עס פשוט אויפדעקן. עס איז דא א סיבה פארוואס זיי באהאלטן עס. מען דארף זיי העלפן מיט’ן אויפגעבן די סיבה. און צוביסלעך דעוועלעפן די פעמינינטי.
 
מ'קען עס צוביסלעך צוריק אויפבויען דורך כסדר קאמפלעמענטן אז די זעהט אויס שיין, געב לייקס אויף אירע קליידער, מאך א עסק פון איר אויסקוק, קערפער, וכו', צוביסלעך קען זיך עס עפענען אז זי וועט דיך וועלן געפעלן מיט דעם, ס'איז פארט א פרוי'אישע אינסטינקט, אבער ס'קען נעמען צייט, מ'דארף האבן געדולד, און כמובן אז בחדא מחתא אויפבויען א נאנטע גוטע קשר
 
לעצט רעדאגירט:
לאמיר אויסשמועסן מיינע צוויי צענט. מיר באדערט בעיקר אז מ'איז פרומער ווי די תורה. עפ''י תורה איז א פרוי מחוייב אינדערהיים זיך אנצוטוהן ווי אזוי דער מאן וויל. למשל איך וואלט געוואלט מיין ווייב זאל גיין אינדערהיים מיט א לאנגע שייטל מיט רויטע ליפסטיק שיינע מעיקאפ און א סקירט נישט לענגער ווי די קניען דאס איז 10000% אויסגעהאלטן מדיני צניעות אינדערהיים. ממילא איז מיין ווייב מחוייב דאס אנצוטוהן. און וואס מיינט איר? ניטאמאל וואג איך מיר עס צו בעטן ווייל זי וועט האלטן אז מיין נעקסוע סטעפ איז עבודה זרה.

געדענק איך אלץ בחור האב איך מיר אונטערגעהערט א שמועס צווישן מיין טאטע און מיין פריש געהייראטע שוועסטער. זי האט זיך אפגערעדט אז איר מאן וויל זי זאל לייגן מעיקאפ אינדערהיים. האט איר מיין טאטע שליט''א געזאגט נאך היינט גייסטן עס קויפן און איך באצאל דיר עס...... הלואי אויף מיין שווער געזאגט......
מיין שווער איז א פערד אין די זאכן, אבער מיין ווייב לאכט זיך שוין היינט אויס פון אים (זי זעהט ווער ס'האט א בעסערע שלום בית, זי אדער איר טאטע)
 
ביסט מיין שוואגער? חוץ אויב ס'דא מער ווי איין פערד....😂
 
מען קען נישט אויסרייסן נאטורליכע געברויכן, מען קען עס פארדעקן. מען דארף עס פשוט אויפדעקן. עס איז דא א סיבה פארוואס זיי באהאלטן עס. מען דארף זיי העלפן מיט’ן אויפגעבן די סיבה. און צוביסלעך דעוועלעפן די פעמינינטי.
כ׳מיין אז ס׳איז כדאי צו עפענען א באזונדערע שנירל אינעם ׳שלום בית׳ פארום פאר חיזוק. זיך צו העלפען איינע די אנדערע מיטן שערן זאכן און מהלכים וואס ארבייטן יא - איך האב נישט די מעגליכקייט צו עפענען דארט.

פון מיינע לעצטע אקטיוויטעטן אויף ק״ש איז געווען צו מאכן ׳אווערנעס׳ אויף דעם ׳פראבלעם׳ און ס׳טאקע וויכטיג.. אבער מאידך גיסא דארף מען אויך פאקעסירן אויף ׳פאזעטיוויטי׳ און טוהן אלעס וואס שייך צו פארבעסערן די רילעשנשיפ מיטן ווייב..
 
מ'קען עס צוביסלעך צוריק אויפבויען דורך כסדר קאמפלעמענטן אז די זעהט אויס שיין, געב לייקס אויף אירע קליידער, מאך א עסק פון איר אויסקוק, קערפער, וכו', צוביסלעך קען זיך עס עפענען אז זי וועט דיך וועלן געפעלן מיט דעם, ס'איז פארט א פרוי'אישע אינסטינקט, אבער ס'קען נעמען צייט, מ'דארף האבן געדולד, און כמובן אז בחדא מחתא אויפבויען א נאנטע גוטע קשר
הלואי ווען עס ארבעט אייביג.......
 
עס איז דא פרויען וואס טוען דאס פאר פרנסה, זיי העלפן צו דעוועלעפן די femininity. ווי למשל די וואס איך אטטעטש.
Login • Instagram
איך האב אויך א pdf. פון 10 pages פון איר, איינער ווייסט וויאזוי מען לייגט ארויף א גרויסע פייל?
 
לעצט רעדאגירט:
לאמיר אויסשמועסן מיינע צוויי צענט. מיר באדערט בעיקר אז מ'איז פרומער ווי די תורה. עפ''י תורה איז א פרוי מחוייב אינדערהיים זיך אנצוטוהן ווי אזוי דער מאן וויל. למשל איך וואלט געוואלט מיין ווייב זאל גיין אינדערהיים מיט א לאנגע שייטל מיט רויטע ליפסטיק שיינע מעיקאפ און א סקירט נישט לענגער ווי די קניען דאס איז 10000% אויסגעהאלטן מדיני צניעות אינדערהיים. ממילא איז מיין ווייב מחוייב דאס אנצוטוהן. און וואס מיינט איר? ניטאמאל וואג איך מיר עס צו בעטן ווייל זי וועט האלטן אז מיין נעקסוע סטעפ איז עבודה זרה.

געדענק איך אלץ בחור האב איך מיר אונטערגעהערט א שמועס צווישן מיין טאטע און מיין פריש געהייראטע שוועסטער. זי האט זיך אפגערעדט אז איר מאן וויל זי זאל לייגן מעיקאפ אינדערהיים. האט איר מיין טאטע שליט''א געזאגט נאך היינט גייסטן עס קויפן און איך באצאל דיר עס...... הלואי אויף מיין שווער געזאגט......
די סיבה פארוואס זי האט מורא פון טויש איז ווייל זי וויסט נישט ווי עס גייט זיך ענדיקן און ווי מען גייט אנקומען
אדרבא פרעג דיר אליין וואס איז באמת מיין גבול ? האב איך בכלל א גבול ? אויב נישט וויאזוי קען זי זיך בלינדערהייט פארלאזן?
זיץ קודם מיט דיר אליין אדער מיט א מוראדיקע דרך שטעל דיר אויס וואס זענען באמת דיינע ווירקן און איינמאל דו אליין וועסט באמת זיין קלאר וועט זי עס פיהלן און זי וועט גרינגער אננעמען צו טוישן געוויסע זאכן
 
Back
Top