איז עס ווערד צו לעבן?

עליכם שלום @שעפטאל . שכוייח פאר די ווארעמע אויפנאמע!

צוריק צום ענין...

אינעם ערשטן האלב גייט ער דורך די מעטאפיזיקעל אספעקטן פון לעבן און טויט, און די פארשידענע שיטות איבער די יארן אויפן נושא פון גוף ונפש און נאך.

אינעם צווייטן שטאפעל פונעם קורס גייט ער דורך אלע עטישע און מאראלישע צדדים איבער זעלבסמארד פון א מער מאדערנע שטאנדפונקט (נוצענדיג Value theory - Wikipedia).
 
לכאורה שב ואל תעשה עדיף.

טאמער מיינסטו אז 'לעבן' איז meaningless, האב איך דיר נייעס אז שטארבן איז פילפאכיג מער meaningless!

'טויט' איז אזוי באורינג. ניטאמאל באקומט מען א ראבא קאל פון טוביה מאיר... ווער רעדט נאך פון שרייבן אויף קרעמל.

ווי לאנג א מענטש ליידט נישט קיין 'פיזישע' יסורים, איז די באדייט פון 'א שלעכטע טאג' אז זאכן גייען נישט וויאזוי ער האט געפלאנט/זיך אויסגע'משל'ט, נו! הער אויף צו פלאנירן, נידער דיינע ערווארטונגן פון לעבן צו אבסאלוט נול!
what's the worst that could happen?

האסט נישט קיין געלט? צו וואס ברויכסטו געלט?

עסן - קענסטו אין היכל ישעיה.
שלאפן - קענסטו אין א האומלעסס שעלטער (אין נ. י. סיטי קריגסטו א האטעל צימער).
ארבעטן - ברויכסטו נישט.
פאמיליע - איז נאר א געמאכט פאר מענטשן וואס קערן, אז דו קערסט נישט פאר דיך
קערסטו אודאי נישט פאר אנדערע (חייך קודמין), סא דו דארפסט עכט נישט קיין פאמיליע.

סך הכל: אז דו באפרייסט דיך זעלבסט פון אלע סאציאלע אנגענומענע ערווארטונגען (ווי געלט/כבוד/פאמיליע וכו'), און די הייבסט אן לעבן אזוי MEANINGLESS ווי א בהמה, דאן וועסטו מער קיין א. ג. 'שלעכטע טאג' נישט האבן. סך הכל וועט דיך זיין נמאס און באורינג, נו כאטש האסטו נעטפליקס אדער קול מבשר - וואס אין קבר האסטו דאס אויכעט נישט., ומותר האדם מן הבהמה אין, כי הכל הבל.

אין קורצן: פאר איימיצער וואס דאס לעבן איז אים ווערדלאז, איז שטארבן פונקט אזוי ווערדלאז. דעריבער שב ואל תעשה עדיף, חז"ל זאגן דאך שוין: נמנו וגמרו: טוב לו שלא נברא, ועכשיו שנברא...
 
יא, אבער די קנאה תאוה וכבוד איז א חלק פונעם הומען ביאינג. וועלכע כבוד באקומט מען אין סאסייעטי דעם וועג?
לאוו איז אויך עפעס וואס מ'דארף פאר זיך צו עקזיסטירן (או חברותא או מ.)
 
again: מיר רעדן דאך דא פון איימיצער וואס האט נישט קיין PURPOSE אין לעבן, טאמער האסטו שוין קנאה/תאוה/לאוו, איז דאך דאס דיין PURPOSE!!
 
וואס דען? מסתמא רעסטו פון איימיצער וואס האט בעצם יא א PURPOSE, נאר ס'קוקט אים אויס אוממעגליך צו עררייכן. נו פאר אים זאג איך - אלץ א לעצטע רעזארט - פרוביר לויז צו ווערן פון אלע דיינע PURPOSES, אולי יועיל
 
אבער מ'קען נישט לויז ווערן פונעם געברויך פאר לאוו און רעספעקט פונקט ווי מ'קען נישט לויז ווערן פון עסן און שלאפן.
ס'איז א געברויך, נישט קיין תפקיד.
 
יא, אבער די קנאה תאוה וכבוד איז א חלק פונעם הומען ביאינג. וועלכע כבוד באקומט מען אין סאסייעטי דעם וועג?
לאוו איז אויך עפעס וואס מ'דארף פאר זיך צו עקזיסטירן (או חברותא או מ.)
און להוי ידוע: ס'דא אסאך מענטשן וואס פארמאגן נישט קיין שום קנאה, סיי דארפן נישט קיין כבוד, ווידער תאוות איז א רעלאטיווע באגריף (אויב דו ווילסט קען איך עפענען אן אשכול מיוחד פאר דעם אליין), ממילא בין איך עטוואס סקעפטיש אויף דיין גאנצע באהויפטונג אז דאס איז א טייל פונעם הומען ביאינג
 
לעצט רעדאגירט:
עי איי האט מיך שוין אויסגעקלארט
מ'קען לעבן אהן חברים
אבער מ'קען נישט לעבן אהן רעספעקט
 
עי איי האט מיך שוין אויסגעקלארט
מ'קען לעבן אהן חברים
אבער מ'קען נישט לעבן אהן רעספעקט

chat gpt איז נישט איינשטימיג מיט דיר

1727219930188.png
 
אנטשולגיט ר׳ @אפטימיסטיש אבער meaning קומט פון האבן א purpose אין דאס איז נייטיג פונקט ווי oxygen.
purpose מיינט אז מען וויל ארויס קומען מיט עפעס, צו מיט כבוד, legacy, רעספעקט, power וכו׳.
מילא דארף א מענטש צילן צו איינע פון די זאכן און דאס וועט עם געבן meaning.

און וואס דו זאגסט אז ס׳איז דא מענטשן וואס דארפן נישט די זאכן, איז נישט ריכטיג, און איינער וואס רעדט זיך איין אז ער האט עס נישט, אדער איינער וואס אפילו צילט נאר צו זיין אזוי, איז עס נישט גוט פאר עם נפשיות׳דיג.
 
לכאורה שב ואל תעשה עדיף.

טאמער מיינסטו אז 'לעבן' איז meaningless, האב איך דיר נייעס אז שטארבן איז פילפאכיג מער meaningless!

'טויט' איז אזוי באורינג. ניטאמאל באקומט מען א ראבא קאל פון טוביה מאיר... ווער רעדט נאך פון שרייבן אויף קרעמל.

ווי לאנג א מענטש ליידט נישט קיין 'פיזישע' יסורים, איז די באדייט פון 'א שלעכטע טאג' אז זאכן גייען נישט וויאזוי ער האט געפלאנט/זיך אויסגע'משל'ט, נו! הער אויף צו פלאנירן, נידער דיינע ערווארטונגן פון לעבן צו אבסאלוט נול!
what's the worst that could happen?

האסט נישט קיין געלט? צו וואס ברויכסטו געלט?

עסן - קענסטו אין היכל ישעיה.
שלאפן - קענסטו אין א האומלעסס שעלטער (אין נ. י. סיטי קריגסטו א האטעל צימער).
ארבעטן - ברויכסטו נישט.
פאמיליע - איז נאר א געמאכט פאר מענטשן וואס קערן, אז דו קערסט נישט פאר דיך
קערסטו אודאי נישט פאר אנדערע (חייך קודמין), סא דו דארפסט עכט נישט קיין פאמיליע.

סך הכל: אז דו באפרייסט דיך זעלבסט פון אלע סאציאלע אנגענומענע ערווארטונגען (ווי געלט/כבוד/פאמיליע וכו'), און די הייבסט אן לעבן אזוי MEANINGLESS ווי א בהמה, דאן וועסטו מער קיין א. ג. 'שלעכטע טאג' נישט האבן. סך הכל וועט דיך זיין נמאס און באורינג, נו כאטש האסטו נעטפליקס אדער קול מבשר - וואס אין קבר האסטו דאס אויכעט נישט., ומותר האדם מן הבהמה אין, כי הכל הבל.

אין קורצן: פאר איימיצער וואס דאס לעבן איז אים ווערדלאז, איז שטארבן פונקט אזוי ווערדלאז. דעריבער שב ואל תעשה עדיף, חז"ל זאגן דאך שוין: נמנו וגמרו: טוב לו שלא נברא, ועכשיו שנברא...
עפ"י חשבון ביזטו 100% גערעכט. אבער איך מיין אז די מציאות איז אז א meaninglessness איז א גרעסערע גורם צי סוסייד ווי struggle
 
Back
Top