איז מעגליך צו טון אן עבירה?

איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט אז עס איז אלעס טאקע מאיא!
איך האב עס טאקע נישט אפגעפרעגט און אויך נישט פראבירט/געוואלט אפפרעגן...
די מעשה ברענגט נאר ארויס וויאזוי ס׳זעט אויס ווען איינער טרייט זיך ארויסצורייסן פון דעם מעטריקס ווען ער איז באמת נישט רעדי.

(אגב; די אלע פסיכאלאגישע/גייסטישע פראבלעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, חוץ וואס ס׳איז אויך ׳פעין׳ און כ׳וואלט קיינעם נישט געראטן עס צו נעמען אדער גורם זיין פאר זיך איזעס זייער נאנט צו פיזישע נאכווייען)
 
לעצט רעדאגירט:

אוודאי אדער אפילו ערגער אבער מיט מציאות האט עס נישט
 
בנוגע די עצם געדאנק צו מען קען טוען אן עבירה
עס איז לכוארה פשוט על פי חסידות ועל פי האמת אז א מענטש קען נישט טוהן אן עבירה און אלעס איז גאט און פרי דעטערמינד
די פראגע איז נאר וואס דארף איך טוען וועגן דעם
ווילאנג איך וויל נאך מאכן געלט און איך ווער נערוועז ווען עפעס גייט נישט וויאזוי איך וויל גלייב איך נאכנישט אין גאט באמת. איז א קליינע חכמה צו זאגן אז איך קען נישט טוען אן עבירה
די תכלית ווי עס קוקט אויס אז דער מענטש דארף אנקומען איז אז ער איז באמת גארנישט און האט נישט קיין שום say in the matter און נאר מיטפארן מיט וואס די מציאות (גאט)פירט איהם און עס זאל איהם נישט זיין קיין חילוק וואס ער וויל בכלל נאר וועלן מיטפארן מיט די גרויסע force סיי בנוגע די אנגעלעגנהייטן פון די וועלט און סיי לגבי עבודת השם
אזוי ווי די איזשביצע רביס לערנען אונז אז א מענטש וויסט קיינמאל נישט ווען ער טוט עפעס צו עס איז א מצוה אדער נישט ער דארף טוען און האפן אז עס קומט אהן צו די גוטע פלאץ
בקיצור עס איז באמת נישטא גארנישט מען דארף נאר לעבן מיט דעם אז עס איז נישטא גארנישט
ס'הערשט א שטיקל סתירה און דיינע ווערטער. הייבסט אן אז אלעס איז אפגעשריבן און באשטעטיגט, אבער נאכדעם פרעגסטו וואס זאל איך טון דערוועגן.
קענסטו דען עפעס טון!

חוץ אויב דו וועסט אפטיילן מחשבות פון פיזיש מעשים. קענסט מיר מסביר זיין?

צווישן דיינע ווערטער פיל איך אז דו ווילסט ארויסברענגען אז בעצם איז נישטא קיין עבירה, נאר די מחשבות פון די מענטש איז בעצם די עונש. ווילאנג די מענטש קען זיך נישט מדבק זיין אין זיין אלקות וועלן זיינע מחשבות אין אפ און יסורים.

בין איך גערעכט?
 
עס איז לכוארה פשוט על פי חסידות ועל פי האמת אז א מענטש קען נישט טוהן אן עבירה און אלעס איז גאט און פרי דעטערמינד
די פראגע איז נאר וואס דארף איך טוען וועגן דעם

בקיצור עס איז באמת נישטא גארנישט מען דארף נאר לעבן מיט דעם אז עס איז נישטא גארנישט
צו לעבן מיט דעם איז שוין אויך פרי דעטערמינד 😍
--

[מעשה ביים בעש"ט וואס האט גע'עצה'ט א איד ער זאל אלעמאל מקבל זיין אלעס באהבה וועט איהם גוט זיין אויף דעם וועלט און אויף אלע וועלטן.

האט דער אידל גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן כ'זאל קענען אלעס מקבל זיין באהבה"

און די בעש"ט האט מודה געוועהן צו איהם!]

בלייבט די עצה צו דאווענען אויף אמונה טהורה און קבלת הדין באהבה.

אבער די דאווענען איז שוין אויך פרי דעטערמינד 😍

כי אין מלה בלשוני, הן הוי"ה ידעת כולה (תהילים קלט)
 
און אז מ'פארט שוין מיט דעם איז קרעמל מיט אלע שרייבערס און אויך מיין יעצטיגע מעסעדזש פרי דיטערמינד
 
ס'הערשט א שטיקל סתירה און דיינע ווערטער. הייבסט אן אז אלעס איז אפגעשריבן און באשטעטיגט, אבער נאכדעם פרעגסטו וואס זאל איך טון דערוועגן.
קענסטו דען עפעס טון!

חוץ אויב דו וועסט אפטיילן מחשבות פון פיזיש מעשים. קענסט מיר מסביר זיין?

צווישן דיינע ווערטער פיל איך אז דו ווילסט ארויסברענגען אז בעצם איז נישטא קיין עבירה, נאר די מחשבות פון די מענטש איז בעצם די עונש. ווילאנג די מענטש קען זיך נישט מדבק זיין אין זיין אלקות וועלן זיינע מחשבות אין אפ און יסורים.

בין איך גערעכט?
דו ברענגסט עס ארויס גאר גוט
נישט אז עס מאכט סענס אבער דו איינציקסטע זאך וואס אונז קענען טוען איז אויפהייבן די הענט און ווילאנג מען האלט נישט דארט האט מען יסורים
 
צו לעבן מיט דעם איז שוין אויך פרי דעטערמינד 😍
--

[מעשה ביים בעש"ט וואס האט גע'עצה'ט א איד ער זאל אלעמאל מקבל זיין אלעס באהבה וועט איהם גוט זיין אויף דעם וועלט און אויף אלע וועלטן.

האט דער אידל גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן כ'זאל קענען אלעס מקבל זיין באהבה"

און די בעש"ט האט מודה געוועהן צו איהם!]

בלייבט די עצה צו דאווענען אויף אמונה טהורה און קבלת הדין באהבה.

אבער די דאווענען איז שוין אויך פרי דעטערמינד 😍

כי אין מלה בלשוני, הן הוי"ה ידעת כולה (תהילים קלט)
אז מ'גייט שוין אריין אין די נושא פון פרי דעטערמינט, זענען מחשבות אויף דעטערמינט? איז מעגליך אז דיבורים זענען, אבער מיט וואספארא מחשבה די דיבור זאל קומען איז שוין תלוי אין די מענטש?
 
דו ברענגסט עס ארויס גאר גוט
נישט אז עס מאכט סענס אבער דו איינציקסטע זאך וואס אונז קענען טוען איז אויפהייבן די הענט און ווילאנג מען האלט נישט דארט האט מען יסורים
קום אריין קלאר. וויאזוי ביסטו צוגעקומען צו דיע מסקנה?
 
קודם אן הקדמה גלייב מיר אז איך האב יארן לאנג געהאלטן אנדערש אבער די מציאות קלאפט מיר אין פנים
ערשטענס ווען איך קוקט ארויף אויפן הימל און איך זעה וואס טוט זיך ווערט עס מיר פשוט אז דא איז דא א פרידעטערמאנט סיסטעם וואס ווערט נישט געטוישט
און אפילו איך קוק אויף אונזער וועלט ארויס פונעם מענטש זעה איך אויך ווי אלעס ארבייט מיט א סיסטעם פון פיזיקס
אבער פאר אן אומפארשטענדלעכע סיבה האט איך דער פיצעלע מענטש מחליט געווען אז איך האב יא א ברירה צו מאכן זאכן אנדערש. יא איך ווייס אז אזוי ווערן מיר אויפגעוואקסן און מען פילט אזוי אבער מאכט עס דען סענס? עס איז דא א ריזיגע אוניווערס פון מיליאנען ביליאנען ליכט יארן און אלעס אלעס גייט מיט א סיסטעם נאר אויף עפעס א פיצקעלע שטויב אין דעם מילכיקע גאלאקסיע איז דא א סארט באשעפעניש וואס איז אן אויסנאם פונעם סיסטעם?
און אפילו ווען איך כאפ א טיפע בליק אויף זיך זעה איך אויך אז זאכן זענען באשטימט פון פאראויס ווייל וויפיל א מענטש וועט זיך שלאגן מיט די מציאות וועט ער אלס צוריק אריינפאלן און זיין pattern
יעצט דאס איז מיר קלאר אז די עיקר צער וואס א מענטש האט איז אלס ווייל ער קומט נישט אהן צו זיינע עקספאקטעישאנס. וועגן דעם ווער איך צובראכן ווען איך מאך נישט גענוג געלט און ווען מיינע קינדער ערפילן נישט מיינע חלומות אדער ווען איך רחמנא ליצלן אז איינעם גייט בעסער ווי מיר און ווען איך לערן זיך אויס צו זיך אונטערגעבן באמת האב איך מער נישט קיין עקפעקטעישאנס און עס ווערט מיר פשוט גוט
דאס איז אנגענומען אויף איין וועג אדער אנדערע ביי רעליגיעזע טיפערע שטרעמונגען ווי בודהיזם אדער קבליסטישע יידישקייט און די זעלבע און די סעקולערע טערעפיסטישע שטרעמונגען אז surrender איז די שליסל צו צופרידענקייט
 
לעצט רעדאגירט:
קודם אן הקדמה גלייב מיר אז איך האב יארן לאנג געהאלטן אנדערש אבער די מציאות קלאפט מיר אין פנים
ערשטענס ווען איך קוקט ארויף אויפן הימל און איך זעה וואס טוט זיך ווערט עס מיר פשוט אז דא איז דא א פרידעטערמאנט סיסטעם וואס ווערט נישט געטוישט
און אפילו איך קוק אויף אונזער וועלט ארויס פונעם מענטש זעה איך אויך ווי אלעס ארבייט מיט א סיסטעם פון פיזיקס
אבער פאר אן אומפארשטענדלעכע סיבה האט איך דער פיצעלע מענטש מחליט געווען אז איך האב יא א ברירה צו מאכן זאכן אנדערש. יא איך ווייס אז אזוי ווערן מיר אויפגעוואקסן און מען פילט אזוי אבער מאכט עס דען סענס? עס איז דא א ריזיגע אוניווערס פון מיליאנען ביליאנען ליכט יארן און אלעס אלעס גייט מיט א סיסטעם נאר אויף עפעס א פיצקעלע שטויב אין דעם מילכיקע גאלאקסיע איז דא א סארט באשעפעניש וואס איז אן אויסנאם פונעם סיסטעם?
און אפילו ווען איך כאפ א טיפע בליק אויף זיך זעה איך אויך אז זאכן זענען באשטימט פון פאראויס ווייל וויפיל א מענטש וועט זיך שלאגן מיט די מציאות וועט ער אלס צוריק אריינפאלן און זיין pattern
יעצט דאס איז מיר קלאר אז די עיקר צער וואס א מענטש האט איז אלס ווייל ער קומט נישט אהן צו זיינע עקספאקטעישאנס. וועגן דעם ווער איך צובראכן ווען איך מאך נישט גענוג געלט און ווען מיינע קינדער ערפילן נישט מיינע חלומות אדער ווען איך רחמנא ליצלן אז איינעם גייט בעסער ווי מיר און ווען איך לערן זיך אויס צו זיך אונטערגעבן באמת האב איך מער נישט קיין עקפעקטעישאנס און עס ווערט מיר פשוט גוט
דאס איז אנגענומען אויף איין וועג אדער אנדערע ביי רעליגיעזע טיפערע שטרעמונגען ווי בודהיזם אדער קבליסטישע יידישקייט און די זעלבע און די סעקולערע טערעפיסטישע שטרעמונגען אס surrender איז די שליסל צו צופרידענקייט
זייער קלאר ארויסגעברענגט!
 
לויט ר׳ שמעון בר יוחאי איז נישט שייך אז א איד זאל גיין אין גיהנם בכלל (אין קעיס דו גלייבסט מיר נישט, קוק עס אליין נאך אין אבות דר׳ נתן סימן טז)

דרך אגב איך האלט די גרעסטע חסד וואס מיר קענען טון פאר אונזערע קינדער איז פארלערנען דאס ביים שבת טיש (אדער סיי ווען דו קענסט זיי זאגן דערפון/דערמאנען)
אבער אויב זענען מיר כוזרים אדער סתם אייראפעאר מתיהדים, איז ווייטער גלגל החוזר און תהום אריין, סאו יאר עניוועי pissed אויב דו גייסט מיט די ביכער
 
לעצט רעדאגירט:
איז עס מעגליך צו טון א עבירה? א מאדנע קשיא וועלן זיך טייל וואונדערן. מ'זעהט דאך טעגליך אז מענטשן טוען זאכן וואס מ'טאר נישט!

איז אזוי, לאמיר פארשטיין א מינוט. גאט איז דאך די גאנצע וועלט. אלעס וואס עקזיסטירט איז דאך א חלק פון גאט. אנדערש וועט מען מוזן זאגן אז ס'איז דא א עקזיסטענץ וואס איז נישט קיין חלק פון גאט. דאס וועט אויך מיינען אז גאט האט א גבול און א ערך.... בקיצור מ'וועט מוזן זאגן אז אלעס איז גאט.

מיינע מחשבות, געדאנקען, און אמונה איז דאך אלעס גאט. וואס מיינט טון א עבירה? טון א זאך קעגן די רצון פונעם אויבערשטן.

שטעלט זיך די פראגע, אויב גאט טוט א זאך וואס גאט אליינס איז דער וואס האט געזאגט נישט טון הייסט עס א עבירה?

כ'פארשטיי אז טייל ליינערס וועלן זיך דינגען אויף מיינע הנחות. אנדערע וועלן טענה'ן אז איך פארשטיי נישט געוויסע טערמינען. די כונה פון די שנירל איז נאר צו האבן א שמועס. ווילאנג איר האלט זיך ב'כבוד'דיג פילט פריי צו זאגן אייער מיינונג.
אויב מיר זענען אלע א חלק פון גאט און אלעס איז גאט, ווי קען עס זיין אז מען טוט א עבירה? אויב אלעס איז גאט'ס רצון, איז וואס מיינט טון קעגן זיין רצון? אויב איך בין א טייל פון גאט, אפשר איז יעדער מענטש זיין אייגענער גאט, און עבירות זענען בלויז א מושג וואס ווערט ארויפגעשטעלט פון גאט אינז צי האלטן און די ראמען.
 
@ נפשי
זייער א גוטע מעשה וואס ברענגט גוט ארויס די פראבלעם
באמת אבער כמעט אלע פלאגערייען וואס מענטשן מוטשענען זיך איז נישט פיזישע פעטש און ווייטאג נאר די זארגענישען און גייסטלעכע ווייטאג איז וואס עסט אויף די מענטש
רוב חשבונות וואס מען מאכט און וואס דרייווט דער מענטש איז אין קאפ
למשל וואס וועט יענער זאגן וועגן מיר
וויאזוי קוקט מיר יענער אהן
וויאזוי גיי איך האבן געלט מארגן
דאס אלעס איז באמת סתם דמיונות
ממילא אפילו דערווייל קענסטו מיר אנווייזן אויף 10 פראצענט וואס איז יא פיזיש איז דאס נישט על הכלל כולו יצא אדרבא מסתבר איז אז אין א געוויסע מיינדסעט איז פיזיש אויך נישט נוגע אזוי ווי די איבעריקע 90 פראצענט
איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט אז עס איז אלעס טאקע מאיא!
ג'הערט אמאל נאכזאגן, אז אמאל פלעגט גט באשטראפן מיט עכטע צרות, היינטיגע צייטן ווען ער ברויך שטראפן, מאכט ער די מענטשן פילן ווי כאילו זיי האכן עכטע צרות...
 
Back
Top