@שמן למאור האסט אנגערירט דא גאר א האקעלע סאבדזשעקט אבער נישט נאר ביים איד איז עס האקעל נאר ביי סיי וועם.
אזוי ווי איך בין געווען אין די שיך, שפיר איך מיך ווי א מחותן אריינצורעדן דא.
כ'האב נישט דורך געליינט די תגובות, און קען זיין מאנכע ברענגן שוין ארויס די נקודה.
און איך שטיי און וואונדער זיך. יא, גערעכט, איך האב געהאט א קינד א יאר נאכן חתונה ממילא קען איך בכלל נישט אריינרעדן און פארשטיין די צער, אבער פארוואס איז עס נאר א אידישע פראבלעם?
טאקע ווייל דו האסט געהאט גלייך און אן שוועריגקייטן דערפאר פארשטייסטו עס טאקע נישט, אבער נישט יעדער קען אלעס און ברויך אלעס פארשטיין.
און אויסדריקלעך ניין ס'נישט נאר א אידישע פראבלעם נאר גוים וועלכע מוטשען זיך זענען פונקט אזוי אנגעווייטאגט.
פארוואס איז דא אזוי פיל פארפעלקער ביי די גוים וואס ווילן דווקא נישט האבן קיין קינדער? אזוי פיל גוים וואס האבן דווקא נישט חתונה און זענען העכסט צופרידן דערפון?
קודם ברויכסטו ליגן אין דעם סוגיא אז דו זאלסט קענען אויפקומען מיט אפשאצונגן פון וויפיל גוים ס'האנדלט זיך דא. דהיינו דו קענסט נישט געבן סתם א סטעמפל אפ און זאגן אז ביי גוים איז דא ווייניגער ווייל ביי גוים איז נישטא קיין בוני עולם ארגענעזאציע. און בכלל צווישן אזויפיל גויאישע קאפעלס וועלן זיך שטענדיג מאכן עטליכע וועלכע וועלן זיין צופרידן און זיי וועלן בדוקא פאר וואטעווער ריזן נישט וועלן געבוירן קינדער אבער בדרך כלל וועלן גוים פונקט אזוי וועלן האבן קינדער און די וועלכע קענען נישט וועלן ווייטאגן דערפאר און טוהן כל מה שביכלתם יא צו האבן קינדער
אקעי, אוודאי איז אויך דא ביי די גוים קאפלס וואס ווילן האבן קינדער און זיי מוטשענען זיך אויך. אבער איז עס אזא בער ביי זיי?
און די ענטפער איז
יא
עס גנב'עט זיך אריין אזא מחשבה'לע ביי מיר אין קאפ, אז די גאנצע צרה ביי אונז פון נישט האבן קינדער איז די באקאנטע פראבלעם וואס מיר האבן אז מיר טארן נישט זיין אנדערש פון יענעם. "יעדער" מוז טון וואס "יעדער" טוט. "קיינער" טאר נישט זיין אנדערש, און אז יא איז עק וועלט. און אז איינער האט נישט קיין קינדער איז ער דאך זיער אנדערש. עס זעט מיר אויס ווי 20 פראצענט די צרה אליין, און 80 פראצענט סעסייעטי פרעשור.
ס'פארהאן א געוויסע אמת אין וואס דו שרייבסט דא אבער נישט דאס איז אלעס, דהיינו ווען א קאפל האט חתונה, נארוואס געמאכט א מאסיווע טשעינדזש ארויסגייענדיג פון טינעידזש יארן, לעבן סינגעל אן א עול צו א לעבן פון שערן, געלט ריספאנסיביליטיס, וכו' וכו' מ'ווייסט נישט וואס פליהט, שנה ראשונה איז א באבל פונקט ווי די חתונה נאכט, ווי מ'איז פארנומען מיט די שיינע גאוען, מוזיק, בילדער און ווער האט געהאט א שענערע חתונה, לייוו פלאוערס, שענערע גאוען וכו' וכו' ספעציעל ווען מ'לעבט אין א סאסייעטי פון קאנפארמיסטן אויף די העכסטע פארנעם. אבער איינמאל די דאסט סעטעלד זיך און מ'הייבט אן קומען צו זיך, מ'הייבט צוריק אן שפירן נאטור און מ'דערזעהט זיך מיט די פראבלעמען דאן הייבט מען מען שפירן די ריכטיגע צער פון נישט האבן קינדער פון פשוט נישט זיין א חלק פון נאטור. און די ווייטאג טוישט זיך אריבער צו צען פראצענט ווייטאג וואס יענער וועט זאגן און נייציג פראצענט פון די עכטע צרה
צודען ברענט פשוט די הייליגע מצוה פון פרו ורבו ביי די קינדערלאזע קאפלס? דאכצעך אז נישט. זיי גיסן נישט קיין טרערן אז זיי קענען נישט מקיים זיין דעם הטבת נרות אינעם בית המקדש, אדער אנדערע מצות שאי אפשר לקיימם.
די הייליגע מצוה פון פרו ורבו איז פשוט א מציאות, נאטור זאגט גיי פראדוציר ווייטער, חיות, בהמות, באקטעריע, און אלץ וואס איז פארהאן אין די בריאה איז פראדוקטיוו און ווען א מענטש נישט קיין חילוק איד צו א גוי קען נישט טוהן זיין חלק אין די פראדוקטיווע בריאה איז ער/זי טויט, זיין עסענס איז טויט! יא ער/זי קען זיך ווייטער ארום דרייען אין די וועלט, אנדרייען אנדערע, מאכן מיליאנען, ביליאנען, אנפירן, עסן, הנאה האבן וכו' וכו' אבער דאס זענען אלע צוגעקומענע הנאות און אינדזשוימענט אבער זיין/איר עסענס זיין כי בצלם אלוקים עשה את האדם, זיין עסענס פון באשאפן, איבערגעבן, לאוו, נארטשערן איז טויט! מאמע רחל האט נעבעך אזוי געוואלט זיין א חלק פון די בריאה פון נארטשערן, איבערגעבן, ליב האבן, האט זי געוויינט צו איר מאן יעקב "הבה לי בנים ואם אין מתה
אנכי מיין עסענס מיין אנכיות איז טויט אויב קען איך נישט פראדוצירן. זי האט פארמאגט א לאווינג האסבענד, א ריזיגער עושר, פיינע עסן, טרינקן, קנעכט און דינסטן, אבער אויב קען זי נישט פראדעצירן איז זי א טויטע וועלכע דרייט זיך אין א לעבעדיגע וועלט!
וער וועט מיר באדינען ווען איך ווער עלטער? זארג נישט, גוטע אידן וועלן זיך זארגן פאר דיר, וועסט אויך האבן גוטע אידן וואס וועלן זאגן קדיש נאך דיר.
דאס אלעס איז די צען פראצענט ווייטאג און ווייט פון די עיקר וועלכע נאגט דעם מענטש
מען קומט אהיים צו א ליידיגע שטוב? איז וואס? און נאכן חתונה מאכן אלע קינדער וויאזוי מיינסטו די הויז קוקט אויס דעמאלטס? צו דען איז נישטא קיינער וואס וואלט דאס אויסגעוועלט ווי איידער אן איבערגעדרייטע הויז מיט 20 קינדער?
איינמאל מ'האט חתונה געמאכט די קינדער איז די הויז נישט ליידיג, ווייט פון ליידיג
דאן דערזעהט מען זיך מיט פרו וישרצו וירבו וכו' נישט נאר אז איך און מיין ווייב זענען א חלק פון נאטור נאר אויך מיינע קינדער זענען א חלק פון נאטור מיר זענען די וועלט! די וועלט רוקט זיך ווייטער א דאנק אונז!
און וואס טוט זיך מיט די קאפלס וואס האבן 16 קינדער אויך אן קיין געהעריגע רצון? זיי זענען עפעס ווייניגער אין פעקל? די רב זאגט אז מען טאר נישט נעמען בירט קאנטראל, מען זיכט צו זיין ערליך און פאלגן, און מען גייט אראפ פון זינען!
א קאפל 4 יאר נאכן חתונה, מיט 3 פיצלעך, די פרוי גייט אראפ פון זינען פשוטו כמשמעו, נישטא קיין טאג, נישטא קיין נאכט, אבער דאס איז "נארמאל"!!! ווייל יעדער טוט דאס! נישטא קיין ארגאניזאציעס מיט חיזוק פאר אזעלכע 'נארמאלע' קאפלס.
ברויך זיך יעדער מאכן זיין אייגענער חשבון פאר מ'הייבט נאך אן, וויפיל מ'גייט קענען דערהייבן
ווייסטן ענק אז איבער 40 פראצענט הצלה קאלס הייניטיגע צייטן איז פאר מענטל קעיסעס? הצלה האט א גאנצע טיעם וואס טרענירן זיך ספעציעל פאר דעם. אינזער סעסייעטי איז קראנק אדורך אין אדורך, מענטשן דערהייבן נישט די 'נארמאלע' סואציאלע פרעשור, אבער די צרה איז נאר ווען איינער איז אנדערש, ער האט נישט קיין קינדער, נאר דעמאלס דארף מען מרעיש עולמות זיין
דאס האט נישט דוקא צוטוהן מיט דעם שמועס פון קינדער האבן