איזראעלי ניגונים און זינגערס

אלון מורה

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 9, 2024
מעסעדזשעס
18
רעאקציע ראטע
135
די מוזיקאלישע וועלט איז זייער גרויס, יעדער האט ליב אן אנדערע דשאנרע און יעדע שניט האט זיך זיין מוד.
די ישראלישע מוזיק וועלט איז אויך זייער ברייט און מיין ספאטיפיי פלעיליסט איז א שיינע חלק איזרעלי מוזיק, איך גלייב אז אסאך אידן דא האבן אויך א שטארקע געפיל צו איזרעלי מוזיק פארדעם עפען איך דעם שנירעל אז דער עולם זאל קענען לייגן און אויסשמוסען וואס זיי גלייכען.
איך כשלעצמי בין נישט קיין גרויסע מבין אויף די ספעציפשע סטיילס און פארעמן פון מוזיק, אבער צו הערן דארף מען נישט זיין קיין חכם. איך הער סיי וואס עס קומט מיר אונטער און וואס איך גלייך גלייך איך מיט יעדע ביינדעל פון מיין זעהל.

אלזא, מיט עפעס מוז מען דאך אנפאנגען, וועל איך ברענגען אפאר ניגונים וואס זענען ארויסגעקומען איבער די יעצטיגע מלחמה ״חרבות ברזל״ און פרובירן צושרייבן אביסעל דעטאלן ארום די ניגון.
די ניגון ״עם ישראל חי״ פון אייל גולן איז ארויסגעקומען צוויי וואכן נאך אקטאבער 7 און איז געווארן גאר פאפולער און פון די בעסטע מלחמה ניגונים, ס׳איז מער אן אחדות ניגון, זייער שיין און געפיליש.

די ניגון ״לצאת מדכאון״ פון יגאל אשרי איז נאך ארויסגעקומען פאר די שרעקליכע שחיטה, אבער די הויעכע פאל איז געווארען זייער טרענדי צו שפילן פאר חיילים וואס קומען אהיים פון שלאכטפעלד.
View: https://www.youtube.com/watch?v=9XIZ_T_vg_E

די ניגון ״חורבו דרבו״ פון נס און סטילה איז געווארן זייער פאפולער ספעציעל ביי די יונגע עולם און איז מער העסליך ווי די אנדערע, ס׳איז טאקע שטארק פארדאמט געווארען אויף סאציאלע מידיע. בכלל זענען די צוויי חברה נייע כוכבים אויפן מארקעט.
View: https://www.youtube.com/watch?v=1rk3n9V-aQs

די ניגון ״זה עלינו״ פון סאבלימנל, הצל און רביב כנר, ווילד מיט שטארקע ווערטער.
View: https://www.youtube.com/watch?v=gpoX7w2RayQ

דא האט איר עס ווי זיי זינגען עס און קיסריה.
View: https://www.youtube.com/watch?v=bQKmsWEzPbg
 
די ניגון ״יחד תמיד״ פון אגם בחבוט און סטטיק, די ניגון איז בעצם א אלטע נאר די ווערטער איז געווארן איבער געמאכט פאר די יעצטיגע מצב.
View: https://www.youtube.com/watch?v=mxghINCFGd8

דא האט איר די ארגינעלע.
View: https://www.youtube.com/watch?v=kB0_vTznm_8

די ניגון ״השיר של נעם 2״ פון נעם כהן און מאור אשכנזי, נעם איז געווען ביי די פעסטיבעל און איז געראטעוועט געווארן.
View: https://www.youtube.com/watch?v=7jH3beTrW44

די ניגון "Hurricane" וואס עדן גולן האט פארגעשטעלט ביי ״Eurovision" דאס יאר, די ניגון האט לכתחילה געהייסן "October Rain" מיט אביסל אנדערע ליריקס, אבער זיי האבן איר געהייסן טוישן צו דעם, און ארויסנעמען ווערטער ווי ״נעווער עגען״.. וואס פארשטיי מיר אונז פושטע אידן🤬
View: https://www.youtube.com/watch?v=lJYn09tuPw4

דא האט איר די ארגינעלע ווי זי זינגט עס ביי ״כיכר החטופים״ און תל אביב.
View: https://www.youtube.com/watch?v=OKyIApcNemQ
 
לעצט רעדאגירט:
יאפ איזראעלישע מוזיק איז סאמטינג עלס!

יגאל אושרי איז א אויפגייענדער שטערן, ער איז ארויסגעקומען נאך די שלאגער לצאת מדיכאון מיט נאך צוויי שיינע סינגלס, חברים, אין אני אשמור עלייך.

רביב כנר איז א אור! איך גיי ניסלעך וויאזוי ער זינגט, מיינע פעוואריט'ס פין אים איז.
רוצה שלום, אין רסיסים, דאס הארץ קען צוגיין.

אייל גולן איז לכאורה די גרעסטע איזרעלי סטאר לעת עתה זיינע קאנצערטן אין בלומיפילד ווערן אויספארקויפט ווי הייסע פיצא מוצאי פסח. זיינע לעצטיגע סחורה ווי שלום אהובתי, אין עיר נמל זענען אויף ריפיעט ביי מיר.

אין אז מען רעדט שוין קען איך אויסרעכענען מיינע אנדערע באליבטע ישראלישע ארטיסטן, וואס געבן ארויס אידישע מוזיק מיט אזויפיל הארץ, צו שטילן די דורשט פאר די דאזיגע וואס זוכן אין מוזיק עפעס מער פין ניגונים ווי, טייערע אידן אין אמעריקע, אדער לאמיר מאכן קידוש...

אבער זייער נשמה איז נאך דאך צו איידל צו הערן, גאט'ס פלאן, פין האברך היקר מחשובי אנ"ש, דרעיק. אדער WAP, פין רעבעצין קארדי בי, הידועה לשמצה.

סאו העיר יא גאו מיט מיין ליסטע.

קודם דארף מען אנפאנגען מיט אושר כהן, אוי די בחור שטורעמט דאך אויף די פארשלאפענע הארמאנען מיט יעדע ניגון באזונדער... נאכדערצו מיט זיינע היטס, ווי מנגן ושר, אהבה, אין ככה וככה... א גאר געלונגען בחור...

עדן חסון איז גאר שטארק! שקיעות אדומות, אין את חסרה לי, צולעכערט דאס הארץ אין שטורעמען אויף די באהאלטענע ראמאנס באגראבן אינעם פארשלאפענע הארץ.

עדן בן זקן!! ווערטער זענען איבריג, איר לעצטיגע חיפשתי אותי בנרות איז גאר הארציג, איר חתונה ליד, חיים שלי, ערוועקט אייביג דעם נפש... די בחור'טע האט אזא ריזן הארץ! א קול פין גן עדן...

בניה ברבי, איז נעקסט לעוועל, אלע זיינע סחורה איז גאלד, בפרט,
מישהו איתי כאן, קרן שמש, ממה את מפחדת, וואס ער זינגט אזוי שיין מיט אייל, אין אמונה, וואס רייסט שטיקער.

נתן גושן, גאנצעטע שטיקער רויע אהבה געפילן געפעקעדזשט אזוי הערליך אין פאעטישע ניגונים, מתגעגעת, נחכה לך, אין שני ילדים בעולם,
בעיוטופאל!!

עמיר דדון, מיטן אויסגערייכערטע שטימע אוי ווי דערהויבן... מען קען זיצן שעות אויף זיינע קאסעטעס, ניצחתי איתי הכול איז א געווינער!

נרקיס, רשפי אש!
מלכה, הולכות איתך, שדות, עניני, ממה אתה בורח, הבדלה למחכות, אין הכל לטובה זענען אלע קילערס!

די ליסטע גייט ווייטער אין ווייטער.

איך וועל מקצר זיין... אין שרייבן נאך סאליד ארטיסטן מיט מיינע פעוואריט'ס פין זיי.

עידן רייכל, ואם תבוא אלי...
עידן חביב, שלמים... נשמה שלי. איי לאוו הים!!
אודיה, אם אתה שלי.
יובל דיין, שרק תחייך.... האלי!!
יסמין מעולם, יחפים, יהיה טוב.
שלמה שבת, בראשית עולם, יש לך... שלמה המלך.
שירת חדד, ככה בלי שלום שמע ישראל.

תם ולא נשלם, דאס איז חלק א'.

חלק ב' טאו פאללאו.
 
איך קען נישט מער ווי צושטימען צו יעדע ווארט דיינעם, הערליך צונעמען רוב פון מיינע באליבסטע זינגערס/זינגערענס. ❤️
אגם בוחבוט גלייב איך גייסטו גלייכן, עכ״פ אזוי טראכט איך לויט די שניט וואס די האסט געשריבן.
 
שכויעך!

אדם בוחבוט איז מער אין די פאפ דזשאנער קאטעגאריע וואס איך בין נישט קיין גרויסע חסיד דערפון.

זי איז מער אזא סטייל ווי נועה קירל, אנה זק.
די gen z דזשענארציע גייט פאר זיי...
 
שכויעך!

אדם בוחבוט איז מער אין די פאפ דזשאנער קאטעגאריע וואס איך בין נישט קיין גרויסע חסיד דערפון.

זי איז מער אזא סטייל ווי נועה קירל, אנה זק.
די gen z דזשענארציע גייט פאר זיי...
זי האט ביידע, פאר עקזעמפל איר ניגון ״סופות״. אנה זק איז טאקע נאר פאפ, זי איז ענדערשט א טיק טאקער ווי א זינגערען, נועה קירל קען יא פארקריכען צו אנדערע דזשאנרעס.
 
בניה ברבי, איז נעקסט לעוועל, אלע זיינע סחורה איז גאלד, בפרט,
מישהו איתי כאן, קרן שמש, ממה את מפחדת, וואס ער זינגט אזוי שיין מיט אייל, אין אמונה, וואס רייסט שטיקער
יויש, בניה ברבי ציברעכט די נשמה אויף שטיקער, מען ציגייט ווען מען הערט עם, אסאך מאל קען איך עים אפילו נישט אויסהערן ווייל איך בין נישט גרייט צי אריינגראבען אזוי טיף at the moment, ער ווייסט פינקטליך אויף וועלכער נערוו דיך צי געבן א קיצעל, איך בין גאנץ א קאלטער טייפּ מענטש אבער ווען איך הער עם באקום איך טשילס.

עכשיו הלב פתוח
קחי ת׳פחדים
מישהו איתי כאן
שבע שנים
חלקים מהניגון
אמונה
 
ווי קען מען פארגעסן פין פאר טסי 😍....

לעצטענס בינעך סטאק מיט זיין ניגון "רוז"
די הויעכע פאל איז שווערע נוקלעארע רוחות.

רוז, רוז, רוז, תגדי כמה פעמים אמרתי לי לארוז.... ואת שינית את דעתך כי את שקופה מדי.... הייליג!

View: https://open.spotify.com/track/0Wr6wZgEP1npYg0vrsWPIZ?si=eBq-T489RFe0rqYG998fFg
 
יישר כוח
איך הער אז די עולם דא אין איזרעאל גייט שטארק פאר דעם ניגון
איך האב עס ערשט יעצט גיהערט די ניגון איך בין ווערטערלאז
 
האט איינער שוין געשריבן פון דעם זינגער יהורם גאון?
 
די איזרעילי נשים זינגערס זענען עכטע הייליגע צייטן!
אמת ויציב
עס איז דא איינער מיטן נאמען עדי אגאי האט אפאר גאר שיינע לידער
וואס האבן מיך אויך מחזק געווען אין מיינע שווערע צייטן (אויף אלע מיינע שונאים)

ציווישן זיי די פאר וואס האבן מיך די מערסטע געכאפט

טראומה - א חיזוק ניגון אויף ווי אזוי צו מקבל זיין די שווערקייטן און ארויס גיין שטערקער

פלסתר - א ניגון וועגן איינער אין א נארקעסיסטישע ריליישן שיפף

און אזוי אויך א ניגון חיוכים מזויפים - אויף די היינטיגע לעבן וואס מלעבט אין פילטער׳ס די אמת׳ע לעבן און די לעבן אין אינסטגרם וכדו׳

וואס איז דאס מבצע יהונתן?
Entebbe operation
איז די מאווי ווי די צה"ל האט געראטעוועט די משכונות פון אוגאנדא ווען דער עיר פרענס פליגער איז פארכאפט געווארן דורך פאלעסטינאר טעראריסטן אין יארע 1976
 
Entebbe operation
איז די מאווי ווי די צה"ל האט געראטעוועט די משכונות פון אוגאנדא ווען דער עיר פרענס פליגער איז פארכאפט געווארן דורך פאלעסטינאר טעראריסטן אין יארע 197
געהייסן אפעראציע "טאנדערבעלט"
קען זיין היינט רופט מען עס מבצע יהונתן ע"ש יוני נתניהו (ברידער פון בנימין) וועלכער איז געהארגעט געווארן דורכאויס דעם מבצע
 
Back
Top