מיין מעין בעסטע פעיוועירט זינגערין איז די בארימטע "
עדן בן זקן".
איר קול איז מאסיוו, אירע ניגונים זענען אייזן, און איר פערפאמענס איז עפעס שלא מעלמא הדין. איך האב נאכנישט געטראפן קיין שום זינגער/ין אין איר ליגע, און גלייבטס מיר כ'האב אסאך געזוכט.
פלאס וואס ככל הנראה לעניות דעתי מרחוק האט זי נישט אזא (פארשטינקענע) גאוה ווי רוב זינגער/ין'ס. ס'אמת וואס מ'זאגט 'טרעף נישט דיין הירא, ווייל דו וועסט ווערן טיף אנטוישט', אבער דאך האב איך א פילינג (און ס'איז אויך - פארשטייט זיך - געבויעט אויף וואס איך האב אלס געזען) אז זי איז נישט אזוי ווי אנדערע זינגער/ין'ס.
כאטשיג זי איז רעכט גענויגט, איין זאך שטערט מיר יא, איז איר קשר מיט אייל גולן.
יעצט לאמיר גיין ווייטער, פון מיינע בעסטע זינגערין'ס איז אויך די באוואוסטע "נועה קירל". איר קול איז משונה'דיג טיף און הערליך. די פראבלעם איז אבער, אירע ניגונים זענען נישט מי יודע מה... איין גאר גוטע ניגון האט זי (ס'איז דאכט זיך פון אירע ערשטע), מיט די נאמען "יש בי אהבה":
View: https://www.youtube.com/watch?v=5eJqPBqkC54
(אינטרעסאנט אנצומערקן, אז די טאן ביי די פזמון ביי די ווערטער "יש בי אהבה", איז די זעלבע טאן ממש, ווי די טאן פון די פזמון ביי עדן בן זקן'ס ניגון "
קח לי את הלב")
די זעלבע פראבלעם איז מיט "נינט טייב", אויך א הימלישע קול, אבער די ניגונים זענען טיף אין די אדמה. א אויסנאם איז איר צודרייט-שיינע ניגון "גיבור", וואס איז שוין געווארן אויסגעלויבט דורך די לייבן אין
קאווע שטיבל:
View: https://www.youtube.com/watch?v=98Wz8rwRquQ
אז מ'וועט גיין צו די מענער שול, האב איך גאר שטארק ליב צו הערן "
הפרויקט של רביבו", סיי זיי האבן גוטע נארמאלע קולות, און סיי זיי זינגען אלטע פארצייטישע איזראעילי ניגונים אז ס'גייט א רויעך.
נתן גושן'ס "
שני ילדים בעולם", איז א מעסטער פיעס (דאכט זיך איינער האט עס שוין דערמאנט דא),
דא קען מען הערן ווי עדן בן זקן זינגט עס צוזאמען מיט נתן ביי איר הופעה, מורא'דיג! כ'האב געזוכט אין זיינע ניגונים, צו ער האט נאך אזעלכע גוטע, ולא מצאתי.
אייל גולן, האט גאר גוטע ניגונים, זיין קול איז אבער נישט עפעס אזוי אזוי מורא'דיג (ס'איז גאר שיין, אבער נישט עפעס משוגע צו ווערן). פלאס וואס איך עקל מיך עם אויסצוהערן צוליב זיינע מעשים טובים. בגניבה בגניבה הער איך אמאל אויס זיין ניגון
רוקדת בלילות.