בעלזא מחלוקות

איז דא איינער דא וואס איז בעלזער? אויב יא, ביטע העלפט מיר מיט עטליכע ענטפערס.
איך קען מיך נישט פארשטעלן אז א בעלזער חסיד, וואס מ'שטעלט אים צו אלץ פון די שענסטע און די בעסטע, און איז חרות על ליבו של מר"ש כל הימים, זאל זיך דערקייקלען אהער קיין קרעמל, אבער אפשר בין איך מיך טועה.
 
בעצם, זיין א סאוסיאופעט איז אויך א פערסאנליטי טייפ איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער דער רב זאל מאריך ימים זיין’ס שוואגער...
איך האב גראדע געהערט פוןמאיינער פון די חשוב׳ע בעלזאער חסידים הרב י. ב. אין ב’’פ אז איינער בערך א בן שמונים אז מענטשן מיינען אז דער רב איז אויסגעפלאגט פון אלעם עס איז נישט אמת ער ווייסט אלעס און האלט אלעס מיט נאר וואס דען? עס איז זיכער עפעס אן ענין דערביי וואס מיר פארשטייען נישט.
פעלט א ווארט? איך קען נישט ליינען\פארשטיין.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאכט זיך זיין זיידע דער שר שלום האט עס געזאגט.
דער ערשטער רבי שר שלום האט עס געזאגט
רבי אהרן קדוש ישראל האט עס נאכגעזאגט, איז שוב אינו פוסקת לעולם .
 
ניין, דאס איז נישט געווען די פוינט פון זיין דרשה. זיין דרשה איז געווען צו מסביר זיין זייער צד און אז די אלע היתרים וואס איין צד ניצט אין ארץ ישראל ניצן די אנדערע אין חוץ לארץ. נאכדעם האט ער געזאגט אז מ׳זאל זיי נישט קומען לערנען קנאות, ווייל קנאים זענען זיי געווען פאר אים. איך מיין אז די דרשה איז גאר א שטארקע און א קלארע און לכאורה על זה יצא הקצף. די חתם סופר האבן זיי דארט אריינגערוקט ווייל עפעס אנדערש איז געווען שווער צו טרעפן….
עס איז מסתבר וואס דו זאגסט אז דאס איז געוועהן די כוונה ארויס צוברענגען די היפאקריסי פון די חינוך הטהור מענטשען ווי זיי פארקויפען כח הפועל הנפעל מיט א מסוה פון קדושה און עס איז ריינע פאליטיק
איינע פון די עמודי התוך פון די פראפאגאדיסטען פאר די חינוך הטהור פובליסיטי,האט זיך אהנגעזאמעלט געלט מיט מרמה ותוך,און מען איז אהנגעקומען אין בית אסורים פאר יאהרען - זיין געלט איז כאילו כשר -
דער בעלזא רבי האט לגנותו, אבער נישט זיך שיין אופגעפיערט לגבי דעם בעל מנחת יצחק , קען זיין ער האט גשיקט צו זיין ציון אויך מפייס זיין - ולה׳ הסליחה
 
דער בעלזא רבי האט לגנותו, אבער נישט זיך שיין אופגעפיערט לגבי דעם בעל מנחת יצחק , קען זיין ער האט גשיקט צו זיין ציון אויך מפייס זיין - ולה׳ הסליחה
למשל מיט וואס?
 
למשל מיט וואס?
מען האט טעראריזירט יומם ולילה פון דעם רבי׳ס הויז
מיט פאוני קאולס ממש עד דכדוכה של נפש ,
מען האט געטרעיסט די קאולס אין יענע צייט , דאס זענען געוועהן חטאת נעורים
מען האט זיך ערלויבט צו טוהן מעשים אשר לא יעשו
פאר כבוד בית בעלזא .
 
@ריבי און @אלס און אלעם מקען נישט פארגלייכען די צוויי. בעלזא טעראר איז געווען א שטויס אויף צוריק (אויף וויפיל זיי האבן געקענט). טעראר הייסט ווען מען טעראריזירט יענעם פארן נישט גיין אין שפאן. דאס איז נישט געווען דא אזוי די מציאות, עס איז געווען פונקט פארקערט
 
@ריבי און @אלס און אלעם מקען נישט פארגלייכען די צוויי. בעלזא טעראר איז געווען א שטויס אויף צוריק (אויף וויפיל זיי האבן געקענט). טעראר הייסט ווען מען טעראריזירט יענעם פארן נישט גיין אין שפאן. דאס איז נישט געווען דא אזוי די מציאות, עס איז געווען פונקט פארקערט
שם טעראר אחד - יעדער טעראריסט האט זיין הסבר
פארוואס ער איז ענטייטעלט צו זיינע מעשים אשר לא יעשו - ואת כולם ישא רוח , די מעשי געוואלדטאטען איז
איז מופרך און אלץ קאונטערפראדאקטיוו .
 
איך גיי נישט דא בארעכטינג טעראר פון קיין איין זייט. (בעלזא איז אויך נישט קיין טלית שכולו תכלת (ע״ע מחנובקה))
אבער עס איז דא א חילוק פון די טעראר פון די עדה פארן טערארזירן בעלזא פארן נישט גיין אין שפאן, ווערסעס בעלזא וואס האט צוריק טעראריזירט כדי מען זאל אויפהערן זיי צי פייניגען.
 
עס איז נישט נאר אז זיי זענען נישט געגאנגען אין שפאן,
אין א געוויסען זין האבען זיי אראפ געברענגט די כח פון עדה חרדית אין ירושלים , אפילו גור האט שטארק געהאט דרך ארץ פאר די עדה חרדית, בעלזא איז אריינגעשפרטנגען אין אמבטי רותחת און געמאכט אשר קרך, דאס האט גורם געוועהן די רדיפות,און נאכדעם איז געוועהן קאונטער רדיפות - שן תחת שן
 
די ערשטע וואס האט צובראכן די כח הקהלה אין ירושלים איז געווען כולל שומרי החומות, וואס האט זיך פארוואנדעלט פאר די עדה החרדית.
טאמער מאכן אן אייגענם בי"ד צוליעב אן אייגענם שיטה איז פארבאטן, זאל די עדה חרדית מוחל זיין און זיך פארמאכן.
 
Back
Top