באהאלטן פון דער ווייב - איז דאס פארראט?

@פרנס החודש דאס איז אין מיינע אויגן א בדיעבד גדול וואס געשעהט ביי סיסטעם ביזנעס דיעל מערידש. אדער ביי מענטשן וואס עקסעפטן נישט זיך אליין, סאו זיי האבן אזוי מורא אז די ספאוס וועט געוואר ווערן און זיי אויך נישט עקסעפטן. אדער ווען זי איז א קלאפטע.

א געזונטע פרוי עקסעפט דעם מאן פאר לאוו, האנעסטי, קאמיוניקעישן, און סעיפטי.
די וועלט אין אלגעמיין איז א בדיעבד… אבער עס ארבייט. די אזויגערופענע געזונטע פרוי איז זייער א קליינע פראצענט, און אפילו די ״געזונטע״ פרויען האבן אויך א גרעניץ וויפיל אמת׳ן זיי קענען פארנעמען.

אבער וואס זוכט א פרוי פון איר מאן?
פון די פיר זאכן וואס דו דערמאנסט אז א פרוי ״אקצעפטירט״ איר מאן, איז נאר די ערשטע א זאך וואס פרויען זענען בכלל אינטערעסירט. איך האב א פראבלעם מיט די געדאנק אז א פרוי איז אינטערעסירט אין וואס דער מאן גלייבט אדער גלייבט נישט, זייער קאפ ארבייט נישט אזוי.
 
מאי טעמא? מסתמא כדי ר׳זאל קענען תשובה/תפילה טון בעוד מועד וכדו׳ - אויב אזוי קענאך מיין נקודה זיין רעלאווענט נאר מ׳דארף טרעפן אן אנדערע משל, ווי ס׳בכלל נישט נוגע אויף למעשה פארן ווייב און דאן איז לכאורה א פשטות אז א מאן וואס האט באמת ליב זיין ווייב וועט צוריק האלטן אינפארמאציע פון איר ווען ס׳נישט פאר איר בענעפיט צו וויסן, הגם איך פארשטיי אז ס׳גייט אויפן חשבון פון קענען פילן א שטארקע קשר מיטן ספאויס, ווייל א חלק וויאזוי מענטשן קאנעקטען איז דורך די אינטעלעקט. אבער ס׳דא א ווארק-עראוינד דעם אישו, אבער כ׳מיין אז אכמ״ל...
א מאן און ווייב קאנעקטן אבסאלוט נישט דורך אינטעלעקט.
 
אויב א מאן וויל האבן א סוקסעספול מעריעדש מוז ער ליגן זאגן אויף פיל מער זאכן ווי רעליגע.
איך דיסאגרי, מיין ווייב זעהט מיין תפילין בייטל ליגט אויף די זעלבע פלאץ פאר יארן, זי האט מיך נאך קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער געפרעגט פארוואס איך נעם עס נישט (גראדע נוץ איך מיין שכן׳ס תפילין פון צייט צו צייט, אבער מיין ווייב ווייסט נישט פון דעם), איך בין זייער אפען מיט איר און אונז האבן שוין אסאך מאל דורך גערעדט פארשידענע זאכן אין אידישקייט וואס אונז האבן א אנדערע מיינוג, זי האט מיך שוין אפאר מאל געזאגט אז איך קען טוהן וואס איך וויל ווילאנג עס אפעקט נישט די שטוב, איך קוק מיך ארום צווישן מיינע ברודערס, שוואגערס און חבירים און איך וואלט געזאגט אז אונזער שלום בית איז בעסער ווי רוב עולם, זי גייט גיין ארויס פון איר וועג מיך צו העלפן, ווען די מצב הפרנסה איז שוואך גייט מען עס אדורך צוזאמען אין זי גייט נישט קויפן סתם זאכן אדער טייערע זאכן נאר ממש וואס מ׳דארף צו קענען לעבן ווי א מענטש, בלאזט נישט יעדן צווייטע טאג ווי זייער א סאך פרויען פון אונזער עולם, איך זאג איר נישט קיין ליגענט און איך האף זי זאגט מיך נישט קיין ליגענט, אויב איז דא א נאנטע צוזאמען ארבעט אין מ׳איז אפען איינער צום צווייטען זעה איך נישט פארוואס מ׳דארף זאגן ליגענט.

אויב ווערט די שלום בית שוואכער ווייל מ׳האט געזאגט די אמת איז קיין שלום בית קיינמאל נישט געווען, עס מעג איר שטערן אז די ביסט נישט אויף איין בלאט מיט איר אויף די טעמע אבער די שלום בית דארף בלייבן די זעלבע ווי פארדעם, חוץ אויב די אמת איז א זאך וואס גייט אוועק נעמען די טראסט איינער פון די צווייטער (למשל אז ער האט שייכות מיט א צווייטע פרוי וכדו׳) דעמאלטס איז דא א פראבלעם פון זאגן די אמת, אבער ס׳איז שוין נישט דא קיין שאלה צי עס איז אויסגעהאלטן מאראליש כלפי א ווייב ווייל די ביסט סיי ווי נישט מאראליש.
 
@כוכבים ס׳מיר זייער אינטערסאנט דיין שלום בית סיסטעם.

כ׳בין נייגעריג, איז זי אנגעוויזן אין דיר ׳אימאשענלי׳? ביזטו דער שטארקע מאן/טאטע און משפיע אין שטוב? זי פרעגט דיין מיינונג אויף זאכן?
אדער איז זי פון די שטארקע אינדיפענדענט סארט פרויען?

[סארי פארן פרעגן פערסאנאל שאלות אין א פאבליק פארום - פליז דיסריגארד דעם תגובה אויב דו פילסט אזוי]
 
איך האב כמעט פארגעסן אז איך בין אויף א פאבליק פארום, קען זיין וויבאלד נאר איינגעלאדנטע ניקס קענען זעהן וואס מ׳שרייבט געט עס א פילונג אז ס׳איז פריוואט.

אז די פרעגסט אזוי שיין וועל איך דיר ענטפערן, זי פרעגט מיך אויב זי דארף מאכן א גרויסע decision, אדער עס האט עפעס מיט מיך.
 
א פרוי דארף פון איר מאן איין זאך, ער זאל זיין .reliable, dependable, etc, און גארנישט מער, דערפאר וועסטו זעהן אז די מענער וואס עטרעקטן די מערסטע פרויען זענען דווקא בוליס און גענגסטערס, ווייל דער גענגסטער האט מער מעגליכקייטן צו באשיצן און to provide פאר די פרוי ווי דער זיידענער PhD מיט גאלדענע מדות. א מאן וואס זיין ווייב האט אן אישו מיט זיינע אמונות אדער רעליגיעזקייט אדער כ'ווייס נישט וואס דארף פשוט אויסגעפונען פארוואס זיין ווייב perceives this kind of behavior as unreliable, די גרינגסטע איז איר פשוט צו פרעגן און פילן וואו ס'קוועטשט איר, אויב ארבעט עס נישט one-on-one קען מען עס טוהן אינעם געגנווארט פון א געלערנטע טעראפיסט. איינמאל מ'האט דאס ארויס דארף דער מאן איר פשוט פראוון אז ער איז יא reliable און צוביסלעך וועט ער געוואונען איר טראסט.
 
געווענליך איז זי אויך באהאלטנערהייט די זעלבע גרויסע צדיקת.....
ווי ס'האט מיר פארציילט איינער אז ער האט געטשעט מיט א פרוי אויף די אינטערעעט און אפגעשמועסט זיך צו טרעפן ערגעץ ער מאכט אויף די טיר און דארט שטייט זיין ווייב......
 
זייער שווער צו גלייבן אז אזא משעה איז אמת.

מ'דארף אבער גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת..
 
ווייס איך פון א יונגערמאן וואס גלייבט כמעט נישט אין יודישקייט, אבער ער באהאלט עס פון די ווייב. ער האלט שבת און די בעיסיקס, האט אפילו א "שיעור" ביינאכט און שפילט אלעס געהעריג. אבער אזאלכע זאכן ווי דאווענען און אפילו תפילין קען ער סקיפען אסאך מאל ווען ער האט נישט קיין געדולד.

האבן מיר געהאט א דיון צי עס איז אויסגעהאלטן מאראליש כלפי א ווייב? פון איין זייט ביזטו א צוויי פנים'דיגער און דאס הייסט לכאורה אפגע'נער'ט דיין נאנטסטע מענטש וואס טראסט דיך. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך אז דאס איז באמת פאר איר טובה. וויסן דער אמת וואלט איר נאר געמאכט עגמת נפש, נישט קיין חילוק וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעלאזט.

אפשר קען מען מחלק זיין צווישן דברים שבלב, אדער בפועל? אז איך גלייב נישט אין הארץ און באהאלט עס, מהיכא תיתי. אבער אז דו קלעימסט אז דו גייסט יעצט צי שחרית און למעשה גייסטו נאר אין ביה"כ, דאס איז שוין נישט אויסגעהאלטן.

וואס האלט דער עולם?
הגונה מן הגנב פטור.
 
אינטרעסאנט כ'האב ביז היינט נישט באמערקט דעם אשכול. כ'האב שוין אפאר מאל געוואלט עפענען אזא שנירל, כ'בין נאר נישט אנגעקומען.

די שאלה דארף באמת זיין, ווען און וויפיל מעג מען באהאלטן פון די פרוי, דאכט זיך מיר אז קיינער האלט נישט אז א פארפאלק דארף אלעס אלעס וויסן איינער פון צווייטן, כ'האב שוין געזען קלוגע מענטשן וואס זאגן אז אדרבה ס'געזונט אמאל צו האבן סודות איינעם פון צווייטן, און בדרך הטבע איז עס אזוי. די שאלה איז, ווי ציט מען די ליין, ביז ווי גייט נאך אריין בגדר נארמאל, און פון ווי הייבט זיך אן וואס מ'קען רופן "בגידה".

איך בין טויזנטער יארן אפגערוקן פון מיין ב"ב, און ס'שטערט מיר טאקע זייער שטארק. פון איין זייט האבן אונז ב"ה גאנץ א פיינעם געזונטן רילעישנשיפ, פון די צווייטע זייט איז קלאר, אויב וואלט זי געוואוסט אפילו א הונדערסטל פון מיינע מעשים טובים, וואלט זי לכאורה פארלאנגט א גט.
סאו וואס איז שייך צו טון?
כ'פרוביר טאקע אמאל אמאל אריינווארפן פלאקן אין אירע 'דעות כוזבות', אבער ווי כ'האב שוין געשריבן אויף ק"ש בין איך נאך נישט אזוי זיכער אז מיין לעבן איז בעסער יעצט (מיט די אלע חכמה) ווי פארדעם, סאו פארוואס עפעס אין די וועלט זאל איך איר אויך אריינווארפן אין דעם עולם הספק? פאר מיינע הנאות לוינט זיך זיכער נישט? חוץ המעשה וואס ס'קען זיך נישט אויסארבעטן, און נאר בעקפייערן אויף פארקערט. פאר איר הנאה בינעך דאך נישט זיכער אז ס'איז טאקע א הנאה? די איינציגסטע טעם פארוואס אפשר יא, איז ווייל ביזדערווייל איז טאקע נישטא קיין עכטע שלום בית.
 
אסאך זענען אין דער זעלבע מצב ווי דיר
 
נישט זיכער פארוואס און וואס עס דארף דיר שטערן אז דו ביסט נישט אויפן זעלבן פעיזש ווי איר. מיין ווייב ליגט נישט צופיל אין פאליטיק, נאר זי דרייט זיך אין די היימישע אינסטאגראם עקא טשעמבער און זי איז זיכער אז העריס קען נישט צוזאמען קלעבן א זאץ, האט פיינט אידן (און איר מאן איז אוודאי א סעלף העיטינג זשו) און ביידען איז ווייסעכוואס, נו שוין we agree to disagree און פארטיג.

עכ"פ ווי לאנג דו האלסט מצות און ביסט א איד א מאמין געשעט גארנישט אז דו האסט אנדערע שיטות פון איר, עס פעלט נישט אויס צו רעדן דערפון, ענק האבן גענוג אנדערע טאפיקס וואס פאראייניגן אייך און זענען נישט גורם קיין בייז בלוט צווישן ענק, פאוקוסטס אויף יענע חלקים
 
האבן מיר געהאט א דיון צי עס איז אויסגעהאלטן מאראליש כלפי א ווייב? פון איין זייט ביזטו א צוויי פנים'דיגער און דאס הייסט לכאורה אפגע'נער'ט דיין נאנטסטע מענטש וואס טראסט דיך. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך אז דאס איז באמת פאר איר טובה. וויסן דער אמת וואלט איר נאר געמאכט עגמת נפש, נישט קיין חילוק וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעלאזט.
100% אוממארארליש צו באהאלטן

עס קען זיין אז סגייעט איר אן אינעם לינקען טייטס צו דו דאווענסט יא צו נישט, אבער אויב גייסטו איר זאגן אז דו האסט ניטמאל אנגערירט דיינע תפילין פאר די לעצטע 6 חדשים, ווען זי מיינט ערליך אז די גייסט דאווענען, דעיס וואלט דעפיניטלי געפיעלט ווי א ביעטרעיל.

פשוט אפגע'נער'ט די נאנסטע מענטש דיינע, וואס ענק זיינען סאפאוסעד צו האבן א 100 האנעסט רילעישאנשיפ.
 
איך בין מסכים צי אלעס וואס דו זאגסט. חוץ די ערשטע ווארט 😄
 
ווען מ'פילט אז מק'ען נישט זיין אפן מצד איר פראבלעם אדער מציאות דהיינו פארפרומטקייט אדער פארמאכטקייט אד"ג
מיין איך אז עס געבט א שיקל מורה היתר'דיגע פילינג ווייל מ'פילט סטאק
 
דיסקליימער:
איך וועל זאגן פון מיין עקספעריענס, אבער מ'דארף דן זיין יעדעמס רילעישנשיפ לכשעצמו.

מיך זעט אויס אז די גאנצע פחד פון זיין אפן איז א פאלשע פחד, ביי די פרויען איז אמונה נישט ווי ביי די מענער, ס'איז מער א לעבנסשטייגער און א איידענטיטי.
און אויך די וויכטיגסטע זאך ביי זיי אין די רילעישנשיפ איז צו האבן סעקיוריטי, און סטעביליטי.
ס'איז מער וויכטיג ביי זיי די פראקטיש און די סטעביליטי פון די הויז.
און על כן אויב דו עפנסט זיך, פארשטייט זיך צוביסליך און מיט שכל, און די מאכסט זיכער אז די געבסט זי די סקיוריטי אז גארנישט צו ערנסט גייט זיך טוישן אינדערהיים און אז די בלייבסט די זעלבע נאר אנדערש אין צוגאנג, און פארשטייט זיך פארשטערקער די לאוו וואס די געבסט אין דעם תקופה, מיט דעם אופן קען אלעס ארבעטן,

זי גייט ווערן סטרעסט אינאנהייב, אבער זיי זי מסביר אז דו ווילסט זיין אפן מיט זי, און דעס איז פשוט וואס דו האסט איינגעזען, נישט ווייל דו ווילסט נאר דו ווייסט היינט אז דאס איז די אמת, זיי זי מסביר וויפיל דו קענסט פון ווי דו קומסט, און פארשטייט זיך אלעס צוביסליך, זי גייט נישט קענען נעמען אלעס אויף איין מאל.

אויך כ'מיין ס'איז בעסער דו הייבסט נישט אן מיט קיין וודאות, הייב אן אז דו ביסט נישט זיכער, האסט ראיות וואס ווייזט פארקערט, וכו'.

די עיקר איז זי צו האלטן ביי די הענט, און וועלידעיטן איר סטרעס, און מסביר זיין אז דו זוכסט פשוט דעם אמת,
איך האב געזאגט פאר מיין ווייב, אז אפילו לולא די באשעפער און יידישקייט זאלן זיין אמת, וואלט די אייבעשטער געוואלט איך זאל נישט זוכן דעם אמת..??

און א וויכטיגע וויכטיגע זאך איז צו עס מאכן מיט א פאזעטיוו אופן, ס'איז קי, קיינער האט נישט ליב קיין נעגעטיוו..

אבער ס'איז שייך מיין איך יעדע פערסאנאליטי או רילעישנשיפ איז אנדערשט אבער כ'האלט אז ס'איז שייך ביי יעדעם אין די ריכטיגע אופן.

און דאס איז אסאך בעסער ווי לעבן א דאבעל לייף מיט די ווייב, זיי ווילן טראסט און לויעלטי, און דאס איז די עיקר.

און ווי זאגט די פסוק: על כל פשעים תכסה אהבה 💘
 
לעצט רעדאגירט:
די טעמע איז יעצט על ראש שמחתינו...
ווען די העריס סופארטער גלייבן אז זיי ליעדן שטארק ביי פרויען, אפילו ביי אזעלכע פרויען וואס זייערע מענער שטיצן טראמפ, און זיי האבן ארויסגעלייגט אפאר ווידעאס עדס איבער דעם, ווי למשל די:

אבער רעפובליקאנער רעכטע חברה, האבן זיך גערעגט אויף די עדס, טענה'נדיג אז וועלן אנדערש פון וואס דער מאן וויל (אדער באהאלטן פון עם) הייסט "טשידינג"... :ROFLMAO:
 
אבער רעפובליקאנער רעכטע חברה, האבן זיך גערעגט אויף די עדס, טענה'נדיג אז וועלן אנדערש פון וואס דער מאן וויל (אדער באהאלטן פון עם) הייסט "טשידינג"... :ROFLMAO:

אינטרעסאנט, ווייל לשיטתו פון טראמפ מעג מען דאך טשידן... :p
 
Back
Top