בד"ה אלערט וואס זוכן די יורשים

אז מ'רעדט שוין אין "מחשבה" פארום, קען מען דיסקוסירען פארוואס זאל אנגיין פאר א מענטש וואס מ'וועט טראכטן/זאגן אויף עם לאחר מותו??

אפשר איז דעיס אן הוכחה אז די סוב-קאנשעס גלייבט אין השארת הנפש?

אבער אפילו מיט השארת הנפש, פאלט מיר יעצט ביי, סוכ"ס וואס גייט עם אהן? בשלמא בחייו איז די וועג וויאזוי ארומיגע קוקן דיך אהן האט א דירעקטע השפעה אויף דיך. אבער די נפש up there in the cloud above us?
אויב גלייב איך אין השארת הנפש וויל איך מיינע קינדער זאלען טיען לטובת נשמתי אין מיך געדענקען נישט ווילען פארגעסען פין מיר
 
עס קען זיין אז דאס איז דיין סיבה (אדער דו מיינסט אז דאס איז דיין סיבה...), אבער obviously איז דאס נישט די סיבה פארוואס מענקיינד האט דער נטי' פון וועלן געדענקט ווערן צום גוטן. והא ראי', אויך מענטשן וואס גלייבן נישט אז קינדער קענען טוען לטובת נשמה, אדער וואס האבן נישט קיין קינדער, וכדומה.
 
אינטערסאנט סא וואס דען איז די סיבה ?
 
פארשטיי איך נישט וואס דו פרעגסט.

דו קענסט איינער וואס נאכן טויט איז אים אנגעגאנגען וואס מען טראכט/זאגט אויף אים. יעדער איינציגער וואס איך קען מיט אזאלכע דאגות איז עס געווען בחייו.
 
עס קען זיין אז דאס איז דיין סיבה (אדער דו מיינסט אז דאס איז דיין סיבה...), אבער obviously איז דאס נישט די סיבה פארוואס מענקיינד האט דער נטי' פון וועלן געדענקט ווערן צום גוטן. והא ראי', אויך מענטשן וואס גלייבן נישט אז קינדער קענען טוען לטובת נשמה, אדער וואס האבן נישט קיין קינדער, וכדומה.
אינטערסאנט סא וואס דען איז די סיבה ?
די סיבה איז זייער פשוט. ווייל יעדע מענטש דארף באקומען אנערקענונג און שפירן אז ער ווערט אנגעקוקט מיט א גינסטיגע בליק. מען גארט אזוי שטארק דערפאר, אז ווען מען לעבט וויל מען וויסן אז מען גייט עס באקומען נאכן טויט.
 
ס'נישט ממש אזוי.
זעסט אז מענטשן זענען זיך מוסר נפש כפשוטו, צו איבערלאזן א גוטע העריטעדזש פון זיך, א גוטע זכרון וכדומה.
 
אז מ'רעדט שוין אין "מחשבה" פארום, קען מען דיסקוסירען פארוואס זאל אנגיין פאר א מענטש וואס מ'וועט טראכטן/זאגן אויף עם לאחר מותו??

אפשר איז דעיס אן הוכחה אז די סוב-קאנשעס גלייבט אין השארת הנפש?

אבער אפילו מיט השארת הנפש, פאלט מיר יעצט ביי, סוכ"ס וואס גייט עם אהן? בשלמא בחייו איז די וועג וויאזוי ארומיגע קוקן דיך אהן האט א דירעקטע השפעה אויף דיך. אבער די נפש up there in the cloud above us?

דו זאגסט זייער גוט, דאס איז לכאו' אן הוכחה אז מיר זענען טאקע איבערצייגט טיף אינערווייניג אז מיר 'בלייבן איבער' נאכן שטארבן, עס איז זיך אונז נישט יצוייר א מציאות ווי אונז זענען נישט אין דעם כל זמן מיר לעבן.

די catch איז אבער, אז אנשטאט דאס זאל זיין אן הוכחה אז מיר 'גלייבן' עכט אין השארת הנפש, ווייזט דאס פשוט אז פסיכאלאגיש (און פילאזאפיש) איז אונז נישט מעגליך משיג צו זיין אונזער אייגענע העדר.
און אויב עפעס, איז דאס גאר די סיבה פארוואס די אמונה פון השארת הנפש איז אפיר געקומען In first place - ווען מענטשן האבן פארמישט זייער סוביעקטיווע געפיל מיט אן אביעקטיווע רעאליטעט איבער וואס זיי האבן גארנישט מער ווי א שטארקע געפיל דאס צו באגרונדן...
 
דו פרעגסט זייער א גוטע שאלה, און מיין רבי קארל יונג (Carl Jung) כאטש ער איז געווען א שטארקע קריטיג פון רעליגיע, האט ער געטענה’ט אז מ׳זעט אז אונזער unconscious קען זען ווייטער ווי די conscious מח, און עס איז נישט לימעטעד צו טיים און ספעיס.

און ער האט געהאלטן אז synchronicity איז א אמת׳ע זאך, וואס מיינט צו זאגן, אז אסאך מאל די סאבקאנשעס ווייסט מער פון אונז, און ממילא קען זיין מ’זאל פונקט רעדן פון איינעם פאר ער קומט אן, און נישט ווייל ס׳איז צאפאל, נאר ווייל די unconscious שפירט, און אזוי אויך קענסטו חלומ׳ען א זאך און ס׳געשעט טאקע,

און דאס גייט זייער גוט צוזאמען מיט זיין אנטפלעקונג וועגן די collective unconscious, עיין ותמצא נחת.

און ער האט געהאלטן אז דאס איז די מציאות פון גאט, און אז אונז שטרעבן פאר wholeness וואס מיינט integrating די גאנצע unconscious אריין אין אין צו consciousness און דאס איז די God archetype.

און ער האט געהאלטן אז ס׳איז זייער מסתבר אז ס׳איז דא א חלק פון אונזער psyche וואס לעבט ווייטער, אבער לכאורה מיט אסאך ווייניגער consciousness ווי וואס אונז דא האבן, און מ׳נעמט נישט מיט מער פארשטאנד ווי וואס די psyche האט זיך דעוועלאפט בחייו, עיין באריכות בדבריו הקדושים,

איך האב געבעטן chat gpt צו מיך געבן א איבערבליק אויף די דריי נקודות, און דא האט איר 👇
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241105_100653_ChatGPT.jpg
    Screenshot_20241105_100653_ChatGPT.jpg
    646.3 KB · געזען: 4
דער קשיא 'פארוואס זאל פאר איינעם אנגיין וואס מען וועט רעדן אויף אים נאכ'ן טויט', ווערט בכלל נישט פארענטפערט אפילו ווען מען גלייבט אין השארת הנפש לויט וויאזוי די אידישע אמונה לויטעט. אפילו מיר וועלן אננעמען אז א געוויסע גייסטיגע פארעם פונעם מענטש בלייבט אויף אייביג, בלייבט די שאלה ווייטער, פארוואס זאל אים דאן אנגיין וואס מען רעדט אויף אים דא אינעם פיזישן וועלט?

און אז מען רעדט שוין, איז פארהאן א מערקווירדיגע גמרא סוף מסכת שבת וואו נאך וואס די גמרא איז מחדש אז לויט ווי עמאושענעל די לויה פון א מענטש איז, קען מען זען ווי א גרויסע צדיק ער איז געווען, בעט אן אמורא פון זיין תלמיד אז ביי זיין לויה זאל ער זען אנצואווארעמען דעם עולם צו וויינען...
 
דו זאגסט זייער גוט, דאס איז לכאו' אן הוכחה אז מיר זענען טאקע איבערצייגט טיף אינערווייניג אז מיר 'בלייבן איבער' נאכן שטארבן, עס איז זיך אונז נישט יצוייר א מציאות ווי אונז זענען נישט אין דעם כל זמן מיר לעבן.

די catch איז אבער, אז אנשטאט דאס זאל זיין אן הוכחה אז מיר 'גלייבן' עכט אין השארת הנפש, ווייזט דאס פשוט אז פסיכאלאגיש (און פילאזאפיש) איז אונז נישט מעגליך משיג צו זיין אונזער אייגענע העדר.
און אויב עפעס, איז דאס גאר די סיבה פארוואס די אמונה פון השארת הנפש איז אפיר געקומען In first place - ווען מענטשן האבן פארמישט זייער סוביעקטיווע געפיל מיט אן אביעקטיווע רעאליטעט איבער וואס זיי האבן גארנישט מער ווי א שטארקע געפיל דאס צו באגרונדן...
גוט, אבער עס פארענטפערט נאכנישט די צווייטע שאלה:
פארוואס זאל אים דאן אנגיין וואס מען רעדט אויף אים דא אינעם פיזישן וועלט?
 
אויב גלייב איך אין השארת הנפש וויל איך מיינע קינדער זאלען טיען לטובת נשמתי אין מיך געדענקען נישט ווילען פארגעסען פין מיר
וואס איז א שייכות ציווישן די רישא מיט די סיפא?
און איך גלייב נישט אין השארת הנפש? וויל איך נישט אז מיינע קינדער זאל געדענקן פון מיר?
ולמה זה אני חי?
איך בין דאך דא, איך וועל מער נישט זיין דא מער, זאל מען לפחות געדענקען פון מיר....
און איך וואלט נאך געזאגט פארקערט, אז איך גלייב אין השארת הנפש, דארף איך נישט מ'זאל געדענקן פון מיר, איך בלייב דאך אויף אייביג.
 
וואסערע ניצען האסטו אז מגעדענקט דיר די עקזיסט דאך שוין נישט ?
 
דו ווערסט היינט זאט ווייל דו גייסט מארגן עסן פיצא?
 
לעצט רעדאגירט:
אויפטוהן איז עפעס אנדערש ווי געדענקט ווערן.
איך פארשטיי אז דו ווילסט אויפטוהן, אבער דאס דארף לכאורה נישט אפעקטירן דער וועג וויאזוי דו ווילסט געדענקט ווערן.
 
די חלק האויפטוהן איז א חלק פון געדענקט ווירן (עכ"פ ביי מיר)
 
פאקט: יעדע נארמאלע מעטש וויל טוהן די בעסטע פאר זיינע קינדער.
פאקט: קינדער וואס קוקן צוריק אויף זייער טאטע מיט בושה האבן זיי א גאר טופע ווייטוג דערפון, און צומאל קומט מיט שטארקע שילד געפיהלן אז זיי וואלטן געקענט עפעס טוהן דערצו.
 
לעצט רעדאגירט:
שיין געזאגט, אבער וואס טוט זיך מיט א מענטש וואס לאזט ליידער נישט איבער קיין קינדער?
 
Back
Top