בד"ה כ"ק אדמו"ר רבי זיידל מ'קרעטשניף סיגוט זצ"ל

דאס באדערט ענק , אז מ'וועט טראכטן אז באניא רבי איז געווען אויף איין לעוועל מיט מיין רבי , קיינער וועט נישט וויסן אז מיין רבי האט געהאט א גאנצע קבוצה פון די נייסטע קאדילעקן יעדעס מאל ווי ער איז געפארן, בשעת באניא רבי פלעגט אנקומען מיט א רויטע טאווער קאר סערוויס...

מיש נישט אריין חיימא יעצט, מ'קען האבן א עקסטערע שמועס,
זיידל איז אראפגעקומען אויף דער וועלט צו זיין א רבי, און אויף א רבי שרייבט מען הרב הקדוש,
סך הכל שטימט עס נישט מיט די גיידליינס וואס די האסט געמאכט אז מ'דארף האבן צו זיין הרב הקדוש.

יעדע חסיד איז בארעכטיגט צו שרייבן אויף זיין רבי הרב הקדוש פונקט ווי דיר
הייסט דו גייט יעצט ארומחושן כאילו די גאנצע נושא דא איז געווען די טיטל אויף קרעטשניפע רבי...

נאו פראבלעם, איך לאז דיך זיין גערעכט
 
יעדע חסיד איז בארעכטיגט צו שרייבן אויף זיין רבי הרב הקדוש פונקט ווי דיר
ווען עס איז "נאר" הרב הקדוש, און אפילו הצדיק, וואלט מען שוין שטיל געווען...
ווען עס איז "נאר" אויף אייוועלט, אפשר אויכעט.

אבער גיב א קוק א מודעה היינט אין די בתי מדרשים, און דו זאג מיר אויב ס'איז נארמאל.


KRETCH-image-.webp
 
לענ"ד א רבי וואס דרייט פאר יונגע בחורים (בערך 14) די קאפ מיט אזעלכע מעשי מרמה, און דורכדעם פרובירט ער זיי אריינצוכאפן אין זיין לאך, איז נישט מער ווי א שארלאטאן און א בלאפער.
שבתי וחשבתי (אביסל מיט @איש מבקש'ס קרעדיט...), די אמת איז אז מ'הערט טאקע אסאך שיינע זאכן פון אים, אזוי ווי חברים דא אין קרעמל האבן געשריבן, אין אזוי אויך אין אנדערע פלעצער, פון די צווייטע זייט ווייסן אונז אלע אויך אסאך נישט אזעלכע שיינע זאכן (לדוגמא וואס כ'האב געשריבן אויבן).

און בעצם וואס איז די קושיא, איך קען אויך איין טאג זיין זייער שיין צו א פרעמדער, און די נעקסטע טאג טון עפעס א עולה. ווען ס'קומט צו מיר, אדער אפילו אנדערע פשוט'ע מענטשן פארשטייט יעדער, אז יעדער מענטש האט א גוטע חלק און שלעכטע חלק (יצה"ט ווס. יצה"ר, אדער וועלכע נאמען ווילסט עס געבן), אין א גוטן טאג גיי איך נאך מיין גוטע חלק, און אין א ערגערע טאג קען איך נאכגיין מיין שלעכטערע חלק. וזהו.

ווען ס'קומט אבער צו א רבי, זעמיר צוגעוואוינט (ובצדק) אז א רבי איז אדער א ר'אש ב'ני י'שראל, אדער א ר'ע ב'עיני י'י, אדער א מלאך אדער א גלח. אשר על כן, ווען מ'הערט און מ'ווייסט אזעלכע מעשיות אויף א רבי, קומט עס אויטאמטיש אים צו פסל'ן אינגאנצן.
אבער די אמת איז נישט אזוי, ער איז געווען א מענטש ווי אלע מענטשן (ווי לכאורה אלע אדער רוב רבי'ס אין דעם דור - אדער אלע דורות, ווענדט זיך אין דיין סטעידזש), איין טאג האט ער געטון גוטע זאכן - און אסאך גוטע זאכן, כ'האב געהערט שיינע מעשיות אויף אים, און אין אן אנדערן טאג האט ער געקענט פרובירן צו כאפן יונגע בחורים פאר זיין חסידות (נישט פאר קיין שמוץ, לדוגמא. נאר פאר כבוד און געלט) מיט געדרייטע טאקטיקן. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס.
 
איך האב נישט געקענט דעם ר' זיידל, און איך בין קיינמאל נישט געווען ביי זיינע טישן, אייװעלט האב איך אויך נישט געליינט,
אבער ווי איך האב געהערט, איז ער געווען א צובראכענער מענטש, און איז אסאך צרות אדורך, סא פארוואס גייט דיך אהן אז וואס מ'שרייבט אויף אים, און אז ער האט געהאט ווייניג חסידים, זאל מען זיכער שרייבן טיטלען, ווייל ער איז נישט געווען אזוי סוקסעספול ווי אנדערע רבי'ס, אדער דו ווילסט פשוט נאך האבן טיטלען פאר דיין רבי ווען ער גייט, איך כאפ נישט וואס די פראבלעם?

ער איז דאך געבוירן ביי א רבי'שע הויז, וואס האט ער געדארפט טון? ווערן א פלאמבער? ער האט געמוזט ווערן א רבי צו ער טויגט יא צו נישט,

אגב איז דא א זון פון א רבי וואס מ'זאגט אז ער איז נישט מיט אלעמען, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן הרב הצדיק און אים נאכלויפן...
איז דא עפעס וואס איך מיס דא?
מען וויל פארמיידן א פרישער ריבניצער בעוד מועד.

דער אמת איז אבער אז יא לאזן די זאך פארן נאטורליך קען אפילו האבן א שטערקערע כח.
לאזן ר' זיידל ווערן הקוה"ט קען אפילו חרוב מאכן דעם ריבניצער אויך.

ווען מען זעהט ווי שנעל פשוטע מענטשן ווערן ממש פארהייליגט די רגע וואס די סיסטעם מאכט אזוי אפ, העלפט עס צו פארשטיין די וואס טענה'ן אז דער ריבניצער איז בחייו נישט געווען צופיל בעסער.
 
מען וויל פארמיידן א פרישער ריבניצער בעוד מועד.

דער אמת איז אבער אז יא לאזן די זאך פארן נאטורליך קען אפילו האבן א שטערקערע כח.
לאזן ר' זיידל ווערן הקוה"ט קען אפילו חרוב מאכן דעם ריבניצער אויך.

ווען מען זעהט ווי שנעל פשוטע מענטשן ווערן ממש פארהייליגט די רגע וואס די סיסטעם מאכט אזוי אפ, העלפט עס צו פארשטיין די וואס טענה'ן אז דער ריבניצער איז בחייו נישט געווען צופיל בעסער.
הנכווה ברותחין נזהר בפושרין
 
Back
Top