'בהסתורה' - סעריע איבער חרדים 'אנוסים'; כאן 11

שכח כספי. ווי כ'האב מיר פארגעשטעלט איז עס אן אויפגעבלאזענע אלטארנאטיווע רעאליטעט וואס די שרייבערס פון די סדרה מאלן אראפ וויאזוי זיי וואלטן זיך געוואלן פאנטאזירן אז עס קומט פאר אין ווירקליכקייט. ס'איז טאקע דא אסאך אנוסים אבער מען קומט זיך נישט צאם אויף אזא פארנעם, אפשר אפאר איינצלנע חברים, נישט ווי מ'קען אריינברענגען סיי וועמען, און אזוי אנגיין פאר יארן. ס'איז טאקע דא טעלעגראם גרופס, אנאנימע טשענעלס, אבער צאמקומען איז נאר דא פון יוצאים בשאלה. די וואס נעמען זיך צאם איז עס צייטווייליג, ביז זיי גייען ווייטער. אן אמתער אניס, אדער בלייבט ער פארהוילן פאר אייביג, אדער פארט ער ארויף אדער אראפ.

אוי אפילו בהסתרה, ווער געדענקט נאך דעם ניגון. מעמעריס.

עניוועי, א שיינע פיקציע איז עס, לאמיר זען וויאזוי זיי וועלן שפינען די סטארי ליין.
עס איז דא אויך אמת'ע אנוסים וואס טרעפן זיך אבער נאר צו שמועסן און צו טרעפן חברים באותה דיעה
 
האקסט אין טשייניק כדרכך מיט פסוקים'ליך אן קיין שייכות צום פוינט

איך קען אזאלעכע וואס זענען שוין אזוי איבער צוואנציג יאהר, אן קיין שום שינוי חיצוני.
צוואנציג יאהר איז נישט קיין עטרנעטי,גיוו איט טיים
עס וועט ארויפשווימען, און פאראורזאכען אומאנגענעם
קאמפליקאציעס,נאר די אנוסים ווילען נעמען די ריסק, ווייל עס איז מסתבר אז די ריסק פעקאטר גופא, דאס גיט די סעטיספעקשען ווי משלי זאגט מים גנובים ימתוקו
 
צוואנציג יאהר איז נישט קיין עטרנעטי,גיוו איט טיים
עס וועט ארויפשווימען
אזוי זאגט ריבי
אבער די אמת אז ער וועט מן הסתם שטארבן און די ווייב און קינדער וועלן נישט וויסן
 
אני הקטן קען פערזענליך צוויי מענטשן זיכער וואס גייען צו אנוסים'דיגע פארברענגנס.

מ'פראוועט די זעלבע ליל שישי טשולענט, און מ'קומט ארויס מחוזק אויף א מורא'דיגע פארנעם.

איך ווייס ערשטהאנטיג פון אינגערלייט וואס האבן אנטייל גענומען אין אילה פעדער'ס בוך, דארט ווערט אויכעט ארומגערעדט איבער אזעלכע כנסיות שלא לשם שמים. אלעס קראנטע מענטשן וועם זי קען פערזענליך.
 
פרק ב

שרה, המורה של רוחל'ה מאוהבת בה בסתר, ורוצה לצאת איתה ביחד מהעולם החרדי. רוחל'ה מצידה מתאהבת באחד מבאי דירת המקלט, בחור מסתורי עם הכינוי דונלד טרמפ שמתגלה כבן של אדמו"ר​

בהסתורה ע1 פ2.mp4
 
Back
Top