Borderline personality disorder

ער איז זייער ביזי מיט זיך און וויאזוי ער האט גארנישט געליינט קיין טמא'נע ביכער, אלעס קומט פון חובת הלבבות, בשעת ער האט קלאר יא געליינט ווייל אין חובת הלבבות שטייט נישט די ווערטער בי פי די, בארדערליין, וכדומה. נאכמער פון דעם איז אז ער האט א לשון למודים און ער לייגט דאס אראפ מיט א זאפט, ער באווארנט אבער נישט זיינע צוהערער אנטקעגן זעלבסט דיאגנאזירן, ער איז אויך ביזי אראפרייסן מומחים וועלכע קענען באמת העלפן.

ווען מען ענדיגט זיינע סעששאנס איז מען איבערצייגט אז א. אלע מיינע ארומיגע האבן בפ"ד. ב. נאר סיקסא רבי קען מיך העלפן. ג. די וועלכע קענען יא העלפן, פון זיי דארף מען שטיין ווייט. ד. ער מיינט נאר לשם שמים.
איך האב אויסגעהערט כמעט אלע זיינע שיעורים, געלערנט א גרויס חלק חובת הלבבות, און אויך האב איך געליינט רוב פאפולערע ביכער אויף די נושא פון בּפּד. זיינע שיעורים זענען מער ווייניגער איינשטימיג מיט די חובת הלבבות און מיט די אנגענומענע מהלכים פון רוב עקספערטן. זיין מהלך איז להדיא נישט שעדליך באיזה אופן, און די מציאות אז זיינע שיעורים דעקן אלעס פון א היימישע פערספעקטיוו וואס איז אלעס מסביר ספעציעל קאסטומיזירט פאר אונזער געזעלשאפט איז א געוואלדיגע זאך. די בעסטע ביכער פון די גרעסטע עקספערטן זענען שווער צו אפלייען פאר אונזער לעבנסשטייגער, ווייל למעשה זענען זיי געשריבן פון און פאר א גוי.

צו ער האט למעשה געליינט ביכער אינטערעסירט מיר נישט. ס'קען זיין אז דאס וואס ער זאגט אז ער האט נישט געליינט איז נישט אמת, אדער קען זיין אז ער נעמט זיין אינפארמאציע פון יארן עקספיריענס מיט צענדליגער עקספערטן, וואס דאס זאגט ער יא קלאר אז ער האט געטוהן. דהיינו, ער האט אפשר נישט געליינט קיין איין ביכל אבער ער האט שוין יארן עקספיריענס מיט לערנשאפט פון שמועסן באריכות מיט די גרעסטע עקספערטן.

ליידער איז בּפּד גאר א טיפע און קאמפליצירטע סיטואַציע. און כמעט אלע עקספערטן זענען הילפסלאז אין כמעט יעדע קעיס. און ס'איז דא א פלאץ צו באווארענען די המון עם פון עקספערטן צו זיין געווארענט. ס'איז שוין אפאר יאר זייט איך האב איהם געהערט, אבער איך געדענק נישט אז ער זאל האבן אראפגעריסן זיי וועלכע פראפעסיאנאלע עקספערטן.

ווילסט זעהן וואס מיינט אראפרייסן עקספערטן, טריי יואל ראטה.
 
ליידער איז בּפּד גאר א טיפע און קאמפליצירטע סיטואַציע. און כמעט אלע עקספערטן זענען הילפסלאז אין כמעט יעדע קעיס. און ס'איז דא א פלאץ צו באווארענען די המון עם פון עקספערטן צו זיין געווארענט. ס'איז שוין אפאר יאר זייט איך האב איהם געהערט, אבער איך געדענק נישט אז ער זאל האבן אראפגעריסן זיי וועלכע פראפעסיאנאלע עקספערטן.

ווילסט זעהן וואס מיינט אראפרייסן עקספערטן, טריי יואל ראטה.
ער איז אין אלגעמייין זייער אנטקעגן טערעפי און רייסט אראפ טערעפיסטען ער כאפט נאר נישט איין זאך וואס פונקטליך איז ער...
 
ער איז אין אלגעמייין זייער אנטקעגן טערעפי און רייסט אראפ טערעפיסטען ער כאפט נאר נישט איין זאך וואס פונקטליך איז ער...
ער בעט נישט קיין געלט פארן העלפן אין די נושאים.
 
געזעהן אלי וועבער פאדקעסט מיט ר שלמה עקשטיין ווי זיי רעדן וועגן שלום בית אין חתונה געהאטע לעבן בכלל. האט ר שלמה געטאטשט אביסל די טאפיק ווי שווער סאיז פאר די וויקטעמס וואס סטראגלען מיט א שותף וואס ליידט אויף בארדערליין
 
די וואך אין ׳די שריפט׳ איז דא אינטערוויאס מיט יונגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן מיט א בארדעליין טאטע/מאמע, עס רייסט ממש ביים הארץ וויאזוי קינדער ווערן דערנידערט דורך אייגענע עלטערן, שרעקעדיג!
 
אין סאיז אסאך מער ווי מ׳מיינט. ווער עס גייט דאס נישט אליינס אריבער קען נישט פארשטיין. די אווערנעס וואס מ׳מאכט איז זייער גיט. עס העלפט נישט דעם חולה. אבער די וויקטעמס אביסל. קודם אז מפארשטייט אז סאיז א חולי נישט סתם א שלעכטעקייט
 
איך קען נישט דעם סיקסא רב פערזענליך. אבער איך האב מיטגעהאלטן פון דער נאנט די לעצטע פאר יאר ווי א מאמע מיט אירע קינדער זענען דראסטיש געהאלפן געווארן נאכן דיסקאווערן זיינע שיעורים און אנגעהויבן ארבעטן אויף א אנדערע מהלך וויאזוי צו האנדלן מיט זייער מאן/טאטע. אסאך שברון לב איז פארמיטן געווארן זייט זיי האבן אנגעהויבן בעסער ארויסצוהאבן וואס דא גייט פאר. היילי רעקאמענדעד.
 
איך האב אים יא קענען געלערנט. דער איד איז אויסגעקאכט אין תורת הנפש. ער איז דער ערשטער וואט האט געברענגט אווערנעס אויף די שרעליכע חולי.
 
Back
Top